Oyneg Shabes

„דזשיגאַן בײַם ציינדאָקטער‟

Dzigan Visits the Dentist

  • Print
  • Share Share

פֿון זײַנע סקיצן קען מען גרינג באַקומען דעם אײַנדרוק, אַז שמעון דזשיגאַן האָט ניט געהאַלטן פֿון קיין דאָקטוירים, פּסיכיאַטער אָדער אַנדערע, וואָס אַרבעטן אויפֿן פֿעלד פֿון מעדיצין.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָבן מיר געזען וואָס איז געשען, ווען דער קאָמיקער האָט באַזוכט אַן אָנהענגער פֿון ד׳׳ר פֿרויד, וואָס האַלט צו פֿיל פֿון די טעאָריעס פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן פּסיכאָלאָג. הײַנט וועלן מיר זען, וואָס קומט פֿאָר, ווען דזשיגאַן באַזוכט אַ ציינדאָקטער.

אמת, דאָס מאַכן חוזק פֿון געזונט־פּראָבלעמען בכלל און דאָקטוירים און זייערע פּאַציענטן בפֿרט איז אַן אַלטע טראַדיציע אין דער ייִדישער הומאָר. דזשיגאַנס צוגאַנג אין דער דאָזיקער סקיצע איז אָבער אַ ביסל אַנדערש ווי געוויינטלעך. ווי מע קען זען, שאַפֿט דזשיגאַן, וואָס איז דאָך געווען אַזוי באַקאַנט פֿאַר זײַן ענערגעטישן אופֿן פֿון רעדן, זײַן הומאָר בלויז דורך דער קרומער מינע אויף זײַן פּנים. ער רעדט בכלל ניט אַרויס קיין וואָרט במשך פֿון כּמעט דעם גאַנצן שטיק. אַזאַ צוגאַנג צו קאָמעדיע דערמאָנט אַזעלכע מײַסטער ווי טשאַרלי טשאַפּלין און די ברידער מאַרקס.

די סצענע האָט מען פֿילמירט ווי אַ טייל פֿון דזשיגאַנס ספּעציעלער איינמאָליקער פּראָגראַם אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע, וואָס מע האָט געמאַכט אין 1977.