Oyneg Shabes

אַ טעאַטער פֿון קבצנים

A Theater of Paupers

פֿון „דער טונקעלער‟ (יוסף טונקעל)

  • Print
  • Share Share

די אַקטריסע שׂרה בלאַכער־רעטער לייענט פֿאָר די דערציילונג, רעקאָרדירט פֿונעם חייפֿער אוניווערסיטעט ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט „וועלט פֿון ייִדיש‟.

איך האָב שוין אַ נײַע פּיעסע. זי הייסט: „די רוסישע רעוואָלוציע אין קײַזערלעכן הויף‟. עס גייען שוין די פּראָבן. מאָרגן איז די פּרעמיערע. איך בין טשיקאַווע צו זען, וואָס עס וועט אַרויסקומען.

איך בין זייער טשיקאַווע; מחמת פֿון דער מינוט, וואָס איך האָב דאָס ווערק אַרויסגעלאָזט פֿון דער האַנט און פֿאַר דער צײַט וואָס עס זענען אָנגעגאַנגען די הכנות און פּראָבן, זענען אין מײַן שטיק געמאַכט געוואָרן עטלעכע קליינע ענדערונגען לויט די אָנווײַזונגען פֿון דעם טעאַטער־דירעקטאָר, רעזשיסאָר, סופֿליאָר, פֿון אַלע אַרטיסטן, זייערע קרובֿים און סתּם זײַטיקע מענטשן, מבֿינים און פֿײַנשמעקער.

יעדער איינער האָט בײַגעטראָגן זײַנע אויסבעסערונגען.

איין שבֿח מוז מען אָבער זאָגן, אַז די אַלע ענדערונגען זענען געמאַכט געוואָרן מיט מײַן הסכּמה.

איך בין נישט ווי אַנדערע דראַמע־שרײַבער, וואָס לאָזן מאַכן פֿון זייערע ווערק וואָס מע וויל; איך לאָז מיך נישט שפּײַען אין דער קאַשע. מײַן ערשטער באַדינג איז געווען, אַז עס זאָל נישט געמינערט ווערן און נישט געענדערט ווערן אַפֿילו אַ קוצו־של־יוד. אַזאַ מענטש בין איך. צוליב אַ בוכשטאַב אָדער אַ קאָמע בין איך גרייט צו גיין אויף מסירות־נפֿש… סײַדן ס׳געשעט מיט מײַן הסכּמה.

און אַ מענטש בין איך אַ האַרטער, אַ פּרינציפּיעלער, בפֿרט, ווען עס האַנדלט זיך וועגן קונסט…

נישט מער, אַ מאָל מוז מען גיין אויף אַ קאָמפּראָמיס.

אָנגעהויבן האָט עס זיך גאָר מיט אַן אומשולדיקער „פּאָפּראָווקע‟. דהיינו? איינער פֿון די אַקטיאָרן, וואָס האָט באַדאַרפֿט שפּילן די ראָלע פֿון ענגלישן אַמבאַסאַדאָר בײַם קײַזערלעכן הויף, האָט געזאָלט רייכערן אַ ציגאַר. אַזוי איז געווען אָנגעוויזן אויף מײַן פּיעסע.

איין מאָל אויף אַ פּראָבע רופֿט מיך אָפּ דער דאָזיקער אַקטיאָר אָן אַ זײַט און רוימט מיר אײַן אין אויער מיט אַ קול פֿון מיט תּחנונים:

— פּאַניע פֿאַרפֿאַסער, איך, ווי איר קוקט מיך אָן האָב דעם כּבֿוד צו שפּילן אין אײַער שטיק די ראָלע פֿון ענגלישן לאָרד; ווי עס איז אָנגעוויזן אין דעם שטיק, דאַרף איך רייכערן ציגאַרן. האָבן מיר דען אויף ציגאַרן? איך האָב זיך געווענדט צום טעאַטער־דירעקטאָר. זאָגט ער, אַז אונדזער טרופּע קאָן מיר נישט דערלויבן צו רייכערן ציגאַרן. העכסטנס, אויף וואָס איך קאָן זיך דערלויבן, איז צו רייכערן פּאַפּיראָסן. און דאָס — פֿון דער פֿירמע „אַוואַנטי‟, דרײַ גראָשן אַ שטיק.

האָב איך נאָכגעטראַכט, נאָכגעטראַכט און צוגעגעבן, אַז מע קאָן ווירקלעך אויסקומען אָן ציגאַרן. אַן ענגלישער אַמבאַסאַדאָר איז נישט חולה צו רייכערן פּאַפּיראָסן „אַוואַנטי‟.

אַ צווייט מאָל ווענדט זיך צו מיר אַ צווייטער אַקטיאָר; דער זעלבער, וואָס שפּילט די ראָלע פֿון פֿינאַנץ־מיניסטער וויטע, און ער האָט צו מיר אויך אַ בקשה:

— אין איין אַקט — זאָגט ער — ווערט אין אײַער שטיק אָנגעוויזן, אַז איך באַדאַרף זיך ווײַזן אָן אַ ראָק, בלויז אין הוילע אַרבל. פֿאַרשטייט איר מיך בײַ מײַנע קאַפּיטאַלן און די גאַזשע, וואָס איך קריג, מישטיינס געזאָגט, בין איך נישט אימשטאַנד זיך אַלע אָוונט צו באַווײַזן אין אַ ווײַס העמד. ווער קאָן זיך עס אָננעמען צו וואַשן אַלע חודש אַ העמד? און ווײַזן זיך מיט ברודיקע אַרבל איז עפּעס גאָרנישט פּאַסיק פֿאַר אַ פֿינאַנץ־מיניסטער, וויל איך טאַקע, איר זאָלט מיר דערלויבן צו טראָגן דעם ראָק יאָ, און וואָס נאָך וויל איך אײַך בעטן. איר זאָלט מאַכן אַזוי, אַז איך זאָל מײַן גאַנצע ראָלע דאַרפֿן שפּילן נאָר מיטן פֿאָרנט און נישט חלילה מיט דער פּלייצע, ווײַל אויף די אַקסלען זענען בײַ מיר אויסגעריבן גאַנצע לעכער. איבעריקנס, דאָס געהערט שוין צום רעזשיסאָר.

אויך אויף דעם בין איך אײַנגעגאַנגען; פּשוט. צוליב הומאַניטאַרע מאָטיוון.

די פּרימאַדאָנע פֿון דער דאָזיקער טרופּע האָט מיר אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין מײַן היים און זיך משתּדל געווען בײַ מיר וועגן אָט וואָס:

די דאָזיקע פּרימאַדאָנע שפּילט אין מײַן שטיק די געליבטע פֿון ראַספּוטינען, די הויפּטדאַמע ווירובאָוואַ; שילדער איך אין מײַן שטיק אַ סצענע אין קײַזערלעכן פּאַרק, בשעת אַן אָרגיע, ווי ראַספּוטין הוידעט די ווירובאָוואַ אויף אַ הוידלקע. בשעתן הוידען זיך פֿאַרוואַרפֿן זיך אירע פֿיס אַרויף אין דער הייך און עס זעען זיך די זוילן, און זיי, די זוילן, זענען נעבעך געלאַטעט.

— איר פֿאַרשטייט דאָך? — זאָגט זי — פּאַניע פֿאַרפֿאַסער, אַז עס פּאַסט נישט, דאָס פּובליקום זאָל זען אַז בײַ דער גרעסטער הויפֿדאַמע פֿון קײַזערלעכן הויף זענען די זוילן מיט לאַטעס, און די פּיעסע אײַערע איז דאָך אַ קינסטלעריש ווערק און נישט קיין שונד.

— בכן?

— בכן? צי קאָן מען נישט די גאַנצע סצענע אַרויסוואַרפֿן?

איך האָב נאָכגעטראַכט, איבערגעלייגט זיך און אײַנגעשטימט. מילא, וועט זײַן אָן דער אָרגיע.

— אַ דאַנק.

עס גייט נישט דורך קיין וואָך און עס קומט צו מיר אַרײַן דער סטאַר פֿון דער טרופּע, בעניע סאָלאָווייטשיק, דער כאַראַקטער־ראָליסט, וואָס שפּילט אין מײַן שטיק די ראָלע פֿון מיניסטער פּלעווע.

— איך האָב — זאָגט ער — הער שרײַבער, צו אײַך אַ וויכטיקן ענין.

— דהיינו?

— איך האָב — זאָגט ער — אַ וווּנדערבאַרן מאָנאָלאָג, וואָס מיט אים ענדיק איך יעדע ראָלע וואָס איך שפּיל. עס איז אַ הונדערט־פּראָצענטיקער זיכערער „אַפּלויז‟. נאָך אַזאַ מאָנאָלאָג מוז מען אַפּלאָדירן.

— לאָמיר הערן.

ער שטעלט זיך אַוועק אין אַ דראַמאַטישער פּאָזע און דעקלאַמירט:

— אָ־אָ! די יודעלע! דאָס קינד פֿון פֿאָלק־ישׂראל! אָה, מײַן עוויגעס נאַציאָן! דו האָסט אימער געלעבט און וועסט נימאַנד אונטערגיין און וויפֿל דײַנע פֿײַנדע זאָלן דיך נישט דריקן און שטיקן, וועסטו בלײַבן שטאָלץ, ווי אַ פֿעלז אין דער וויסטע. זאָלן זיי דיר דערקוטשען, די המנס מיט די גראָס־אינקוויזיטאָרן. דו לאַכסט פֿון זיי כאַ־כאַ־כאַ־כאַ־כאַ־כאַ… ווי געפֿעלט אײַך?

— אויסגעצייכנט — האָב איך געזאָגט — אָבער, פּלעווע איז געווען אַ יודאָפֿאָב, ווי אַזוי זשע קאָן ער זאָגן אַזעלכע ווערטער…

— אַנטשולדיקט — האָט ער געפֿרעגט — וואָס איז אַזוינס אַ „יודאָפֿאָב‟?

— אַ שׂונא־ישׂראל.

דער אַרטיסט האָט זיך אַ ווײַלע פֿאַרטראַכט און נאָך זיך אָנגערופֿן:

— פֿאָב־שמאָב, אָבער איך בין דאָך אַ סטאַר און באַדאַרף האָבן אַפּלאָדיסמענטן און קיין גאַזשע נעם איך נישט. איך שפּיל בלויז צוליב קונסט און האָנאָר. באַדאַרף איך אַפּלאָדיסמענטן, צי ניין?

— אָבער, אום גאָטעס ווילן — בעט איך מיך — פּלעווע איז דאָך אַ באַרימטער אַנטיסעמיט, האָט געמאַכט דעם קעשענעווער פּאָגראָם. ווי אַזוי קען ער האַלטן אַזאַ מאָנאָלאָג?

— וועלן מיר אים מגייר זײַן. מיר וועלן אים לאָזן זאָגן דעם מאָנאָלאָג פֿאַרן טויט. ער האָט חרטה און ווערט אַ ייִד. נעבן מיר וועט שטיין ד׳׳ר הערצל און איך וועל האַלטן מײַן מאָנאָלאָג מיט ליכט־עפֿעקטן. צום סוף וועל איך ענדיקן מיט מײַן באַרימט לידל, וואָס איז מײַן „קאָניאָק‟.

יודעלע, מײַן קרוין, מײַן געשעצטעס נאַציאָן!

דו טראָגסט הויך דײַן יודישען פֿאָן.

דו עקזיסטירסט פֿון אייבן אָן,

צו זײַן אַ יודע איז גאָר אַן אַנטיק,

אַ גרויסעס, וואַרעם גליק,

טאָמער גיט מען דיר אַ דרוק,

און ווערטס פֿאַרשוואַרצט, ווי אַ טאָטער,

שיצט דיך דײַן הימל־פֿאָטער,

און הערטס דײַנע שׂונאים ווי דעם קאָטער!

איך האָב מיר איבערגעלייגט און מסכּים געווען.

— גוט, גוט. מילא אַ סוף זאָל עס נעמען. זאָל מען שוין שפּילן מײַן שטיק.

אַוועק אַ חודש צײַט פֿון פּראָבן. נאָך דעם ווער איך פּלוצלינג אײַנגעלאַדן צום טעאַטער־דירעקטאָר אויף אַ קאָנפֿערענץ. ער האָט עפּעס צו מאַכן עטלעטכע באַמערקונגען:

— דהיינו, וואָס?

— די אַקציע פֿון דעם שטיק — זאָגט ער — „די פֿעווראַלסקע־רעוואָלוציע‟ שפּילט זיך אָפּ אין „זשימנע דוואָרעץ‟ אום ווינטערצײַט. און דאָס איז אוממעגלעך, מחמת די אַרטיסטן האָבן נישט קיין ווינטערדיקע בגדים.

— איז וואָס זשע טוט מען דערצו?

— מען מוז זען, אַז „פֿעווראַלסקע־רעוואָלוציע‟ זאָל פֿאָרקומען אין תּמוז.

פֿרעג איך דאָך אים:

— היתּכן? עס וועט דאָך נישט שטימען מיטן קינסטלערישן אמת?

זאָגט ער:

— אמת, שמעמעס… מע קאָן אַריבערטראָגן די רעוואָלוציע קיין שפּאַניען. בשעת הדחק קאָן מען די גאַנצע אַקציע אַריבערפֿירן קיין טערקײַ, קיין גריכנלאַנד, קיין מעקסיקע. דאָרט קומען אויך פֿאָר רעוואָלוציעס, אַבי נאָר אין אַ וואַרעמער געגנט. האָב איך זיך ווידער באַטראַכט און איבערגעלייגט זיך און אײַנגעשטימט.

— אַ סוף, זאָל מען מאַכן די קליינע ענדערונג, אַבי מע זאָל שוין שפּילן און לאָמיר שוין זען די פֿרוכט פֿון מײַן שאַפֿן אויף די ברעטער פֿון קונסט־טעמפּל.


ס׳איז געקומען דער גרויסער טאָג פֿון דער פּרעמיערע. איך זיץ אין טעאַטער, מײַן האַרץ פֿלאַטערט. וואָס איז געשען? עפּעס דערקען איך נישט מײַן ווערק. איך רוף אָפּ דעם טעאַטער־דירעקטאָר אָן אַ זײַט און פֿרעג, וואָס שפּילט מען עס אַזונס?

— ענטפֿערט ער מיר: — איר זעט נישט וואָס מע שפּילט? „כאַסיע די יתומה‟.

מאַך איך דאָך זייער אַ פֿאַרוווּנדערט פּנים. דערקלערט ער מיר:

— פֿאַרשטייט איר מיך — זאָגט ער — „כאַסיע די יתומה‟ איז שוין אַן אויסגעשפּילטע זאַך און אײַער שטיק איז אַ נײַעס און מע מוז מאַכן פּראָבן, אָבער דער טעאַטער איז נישט געהייצט און ס׳איז קאַלט, כאָטש וועלף פֿאַרטרײַב… אַמער האָבן מיר גענומען און געשטעלט „כאַסיע די יתומה‟…