Oyneg Shabes

שלום־בית

Domestic Tranquility

פֿון י. ל. פּרץ

  • Print
  • Share Share

די אַקטריסע שׂרה בלאַכער־רעטער לייענט דאָ פֿאָר די דערציילונג, אויף אַ רעקאָרדירונג געמאַכט פֿונעם חייפֿער אוניווערסיטעט ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט „וועלט פֿון ייִדיש‟.

Yehuda Blum

חיים איז אַ טרעגער.

אַז ער גייט דורך אַ גאַס, אײַנגעהויקערט אונטערן קאַסטן סחורה, זעט מען אים נישט אַרויס; עס דאַכט זיך, אַז דער קאַסטן גייט אַליין אויף צוויי פֿיס… דאָס שווערע אָטעמען הערט זיך דאָ פֿון ווײַטנס!

דאָך — אָט לענט ער אָפּ די לאַסט, באַקומט זײַנע עטלעכע גראָשן; ער גלײַכט זיך אויס, אָטעמט שטאַרק אָפּ, בינדט אָפּ די פּאָלעס, ווישט זיך אָפּ דעם שווייס פֿון פּנים, גייט גלײַך צום ברונעם, טוט אַ פּאָר שלינג וואַסער און לויפֿט אין אַ הויף אַרײַן.

ער שטעלט זיך נעבן אַ וואַנט, הייבט אויף דעם ריזן־קאָפּ אַזוי, אַז דער שפּיץ באָרד מיט דער נאָז, מיטן דאַשעק פֿונעם היטל, קומען אויס אויף איין שטח.

ער רופֿט:

— חנה!

פֿון אונטערן דאַך עפֿנט זיך אַ קליין פֿענצטערל, און אַ קליין ווײַבעריש קעפּל אין אַ ווײַסן ציפּיק ענטפֿערט:

— חיים?!

דאָס פּאָרפֿאָלק קוקט זיך גאַנץ צופֿרידן אָן; די שכנים זאָגן: זיי קוועטשקען זיך. חיים וואַרפֿט אַרויף זײַן פֿאַרדינסט, אַײַנגעוויקלט אין אַ שטיקל פּאַפּיר. חנה כאַפּט עס אין דער לופֿט; עס איז איר נישט דאָס ערשטע מאָל.

— אַ בריה נפֿלאה! — מאַכט חיים, און האָט גאָר קיין חשק נישט אַוועקצוגיין.

— גיי, גיי, חיים! — שמייכלט זי, — איך קאָן מיך נישט רירן פֿון קראַנקן קינד… איך האָב מיך צוגעשטעלט דאָס וויגל צום קוימען…

מיט דער האַנט שוים איך און מיטן פֿוס וויג איך…

— וואָס מאַכט עס, נעבעך?

— בעסער!

— געלויבט איז גאָט! און הענע?

— בײַ דער נייטאָרין!

— יאָסל?

— אין חדר.

חיים לאָזט צוריק אַראָפּ די באָרד, גייט אַוועק און חנה קוקט אים נאָך, ביז ער ווערט איר פֿאַרשווינדן.

דאָנערשטיק און פֿרײַטיק דויערט עס לענגער.

וויפֿל האָסטו דאָ אינעם פּאַפּירל? — פֿרעגט חנה.

— צוויי און צוואַנציק גראָשן.

— איך האָב מורא, עס איז ווייניק.

— וואָס דאַרפֿסטו דען, חנה?

פֿאַר אַ זעקסטער שמירעכץ פֿאַרן קינד, פֿאַר עטלעכע גראָשן ליכט. חלה האָב איך שוין… פֿלייש אויך, אַנדערטהאַלבן פֿונט… נו — בראָנפֿן אויף קידוש! — הײַנט דאַרף מען נאָך עטלעכע דרענגלעך!

— דרענגלעך וועל איך דיר שוין שאַפֿן, עס מוז זײַן אויפֿן מאַרק.

— דאַרף איך נאָך…

און זי רעכנט אויס, וואָס זי דאַרף נאָך אַלץ אויף שבת. סוף־כּל־סוף בלײַבט: אַז מען קאָן קידוש מאַכן איבער חלה, און אַז אָן אַ סך זאַכן איז זיך גאַנץ לײַכט צו באַגיין.

דער עיקר איז — בענטשלכיט, און די זאַלב פֿאַרן קינד!

און פֿון דעסט וועגן, אַז גאָט העלפֿט, די קינדער זענען געזונט, די מעשענע לײַכטער — נישט פֿאַרזעצט, בפֿרט אויב עס איז דאָ נאָך אַ קוגל — האָט דאָס פּאָרפֿאָלק גאָר אַ פֿריילעכן שבת!

וואָרום חנה איז אַ בריה נפֿלאה צום קוגל!

שטענדיק פֿעלט איר עפּעס; דאָ מעל, דאָ אייער, דאָ פֿעטס, און צום סוף קומט אַרויס אַ פֿעטער, אַ זיסער, אַ מחיהדיקער קוגל, ער צעגייט פּשוט אין אַלע אבֿרים!

— דאָס קאָכט דער מלאך, זאָגט חנה און שמייכלט פֿאַר נחת.

— יאָ, אַ מלאַך, אוודאי א מלאך! לאַכט חיים, — דו מיינסט, אַז דו ביסט אַ קליינער מלאך, אַז דו האַלסט אויס פֿון מיר און פֿון די קינדער. וויפֿל מאָל טוען זיי דיר אָן צרות? איך ווער אַ מאָל בייז… נו איך הער עפּעס אַ קללה פֿון דיר, ווי בײַ אַנדערע ווײַבער? און באשר דו האָסט אַ סך נחת פֿון מיר? דו און די קינדער גייען נאַקעט און באָרוועס… צו וואָס טויג איך? נישט צו קידוש, נישט צו הבֿדלה, איך קאָן אַפֿילו נישט רעכט קיין זמירות זינגען…

— ביסט פֿאָרט אַ גוטער טאַטע, און אַ גוטער מאַן, האַלט זיך חנה בײַ איריקן, — אַזאַ יאָר אויף מיר, און אויף כּלל־ישׂראל… איך זאָל מיך נאָר עלטערן מיט דיר, רבונו של עולם!

און דאָס פּאָרפֿאָלק קוקט זיך אין די אויגן אַרײַן אַזוי גוט, אַזוי וואַרעם, און אַזוי מיטן גאַנצן האַרץ, אַז עס דאַכט זיך, זיי זענען ערשט פֿון אונטער דער חופּה אַפֿער…

עס ווערט נאָך פֿריילעכער בײַם טיש…

נאָר נאָכן שלאָף, גייט חיים אין קליינעם שילעכל אַרײַן הערן תּורה.

דאָרטן לערנט אַ מלמד מיטן פּראָסטן עולם „אַלשיך‟. עס איז הייס, די פּנימער זענען נאָך פֿאַרשלאָפֿן; איינער כאַפּט נאָך אַ דרימל, דער צווייטער לאָזט אַרויס אַ הויכן גענעץ; נאָר ראַפּטים, ווען עס קומט צום רעכטן אָרט, מע שמועסט פֿון יענער וועלט, פֿון גיהנום, וווּ מע שמײַסט די רשעים מיט אײַזערנע ריטער; פֿון ליכטיקן גן־עדן, וווּ די צדיקים זיצן אין גאָלדענע קרוינען און לערנען תּורה… דעמאָלט ווערן אַלע אויפֿגעלעבט; די מײַלער — אָפֿן, די פּנימער — רויט… מע הערט זיך אײַן אָן אַן אָטעם, וואָס עס וועט זײַן אויף יענער וועלט!

חיים שטייט געוויינטלעך בײַם אויוון. ער האָט טרערן אין די אויגן, עס ציטערן אים הענט און פֿיס; ער איז אין גאַנצן אויף יענער וועלט!

ער לײַדט צוזאַמען מיט די רשעים, באָדט זיך אין הייסער סמאָלע; ער ווערט געוואָרפֿן כּף הקלע, קלײַבט שפּענער אין וויסטע וועלדער… אַלץ לעבט ער דורך, און עס באַדעקט אים דער קאַלטער שווייס… פֿאַר דעם האָט ער שפּעטער נחת גלײַך מיט אַלע צדיקים: דאָס ליכטיקע גן־עדן, די מלאכים, דער לויתן, דער שור־הבר, און אַלע גוטע זאַכן שטעלן זיך אים פֿאָר אַזוי לעבעדיק און אַזוי בולט, אַז ווען דער מלמד ענדיקט, גיט אַ קוש און פֿאַרמאַכט דעם ספֿר, מאַכט ער זיך אויף ווי פֿון אַ חלום, טאַקע ווי פֿון יענער וועלט.

אַך, — כאַפּט ער שווער דעם אָטעם, וואָס ער האָט אײַנגעהאַלטן בײַ דער גאַנצער צײַט, — רבונו של עולם! כאָטש אַ שטיקל, כאָטש אַ פּיצל, כאָטש אַ בראָקעניו עולם הבא… פֿאַר מיר, פֿאַר מײַן ווײַב, און פֿאַר אַלע מײַנע קינדערלעך!

און דעמאָלט ווערט ער טרויעריק; ער פֿרעגט זיך: „אימשטינס געזאָגט, פֿון וואָס, פֿאַר וואָס?…‟

איין מאָל איז ער נאָכן לערנען צוגעגאַנגען צום מלמד:

— רבי, — זאָגט ער, און זײַן קול ציטערט — גיט מיר אַן עצה, איך זאָל זוכה זײַן צו האָבן עולם הבא!

— לערן, מײַן קינד, תּורה! — הערט ער אַ תּשובֿה.

— איך קאָן נישט!

לערן משניות… אין־יעקבֿ, כאָטש פּרק.

איך קאָן נישט.

— זאָג תּהילים!

— איך האָב קיין צײַט נישט!

— דאַוון ערנסט!

— איך פֿאַרשטיי נישט, וואָס איך דאַוון!

דער מלמד קוקט אים אָן מיט רחמנות.

— וואָס ביסטו? — פֿרעגט ער.

— אַ טרעגער.

— נו, זײַ אַ משמש די תּלמידי־הכמים.

— וואָס הייסט?

— טראָג, למשל, אַלע פֿאַר נאַכט אין בית המדרש אַרײַן אַ פּאָר קאַנען וואַסער, די לומדים זאָלן האָבן צו טרינקען…

חיים ווערט דערפֿרייט.

— רבי, — האָט ער ווײַטער געפֿרעגט, און מײַן ווײַב?

— אַז דער מאַן זיצט אויף אַ שטול אין גן־עדן, איז דאָס ווײַב זײַן פֿיסבענקעלע.

אַז חיים איז אַהיימגעקומען הבֿדלה מאַכן, איז חנה געזעסן און געזאָגט „גאָט פֿון אַבֿרהם‟. אַז ער האָט זי דערזען, האָט אים עפּעס אָנגעכאַפּט בײַם האַרץ.

— ניין, חנה — פֿאַלט ער צו איר צו, — איך וויל נישט, דו זאָלסט זײַן מײַן פיסבענקל… איך וועל מיך אַראָפּבייגן צו דיר. איך וועל דיך אויפֿהייבן און זעצן דיך נעבן מיר. מיר וועלן צוזאַמען זיצן אויף איין שטול, ווי אַצינד… עס איז אונדז אַזוי גוט צוזאַמען…הערסט, חנה, דו מוזסט זיצן מיט מיר אויף איין שטול… דער רבונו של עולם וועט מוזן באַשטיין.