די ישׂראלדיקע זשורנאַליסטן און מוזיק־קריטיקער הערן ניט אױף צו טענהן, אַז די באַרימטע אַמעריקאַנער מחברים פֿון די זינגלידער, באַזונדערס יענע, וואָס זיצן אױפֿן אַמעריקאַנער רום־אָלימפּ, כּמעט אינטערעסירן זיך ניט און שרײַבן ניט קיין לידער, געווידמעט דעם חורבן.
די טענות, אָבער, האָבן אַ טעם פֿון אַ דעמאַגאָגישער רעטאָריק, ווײַל אױך אין ישׂראל ווערט די חורבן־טעמע געשילדערט אַלץ שוואַכער און ממש סכעמאַטיש. דאָס איז אַ נאַטירלעכער פּראָצעס, און ער איז באַקאַנט אין אַלע נאַציאָנאַלע קונסט־ריכטונגען, בפֿרט ווען עס האָט אויך אַ שײַכות מיט קאָנקורענץ אויפֿן קונסט־געביט. צוריק געשמועסט, ווי קען מען האָבן טענות צו די מחברים פֿון די זינגלידער, וועלכע פֿאַרמאָגן אין זיך מער ליטעראַריש מיסט ווי אַלע געלע צײַטונגען אין איינעם.
צווישן די געציילטע אױסנאַמען אויף דער חורבן־טעמאַטיק קאָן מען אָנרופֿן לעאָנאַרד כּהנס ליד “Dance Me to the End of Love”. דאָס ליד, אַזױ דערצייט כּהן אַליין, איז אַ מענטשלעכער און שעפֿערישער אויסדרוק פֿונעם ווייטיק, וואָס ער האָט איבערגעלעבט נאָכן באַזוכן אױשוויץ; באַזונדערס דער פֿאַקט, אַז די טויט־מאַרשן פֿון די מיליאָנען קרבנות זײַנען באַגלייט געוואָרן פֿון אַ ייִדישן אָרקעסטער. אַז מע ווייסט דאָס, באַקומט דער אינהאַלט פֿונעם ליד אַ גאָר טיפֿן פֿילאָסאָפֿישן און הומאַניסטישן באַדײַט אין איין צײַט. אױף ייִדיש איז דאָס ליד צום ערשטן מאָל אױסגעפֿירט געוואָרן אינעם ספּעקטאַקל „אַ טאַטע מיט אַ טאָכטער‟ („ייִדישפּיל‟, 2014).
ווערטער און מוזיק: לעאָנאַרד כּהן
טאַנץ מיר אױס דײַן שײנקײט ביז דאָס פֿידל װײנט און קלאָגט,
טאַנץ מיר אױס דײַן צאַרטקײט ביז מײַן האַרץ האָט דיך דעריאָגט,
גלעט מיך װי אַ טױב מיט פֿליגל בעת דאָס טײַבל שװעבט.
טאַנץ מיר ביז די ליבע לעבט.
טאַנץ מיר ביז די ליבע לעבט.
לאָז מיך זען דײַן הימל־שײנקײט אין דער שקיעה־שײַן,
און לאָז מיך פֿילן יעדן צוריר פֿון דער ליבעפּײַן.
גײ צו לאַנגזאַם צו די ברעגעס, װוּ מײַן ליבע שטרעבט…
טאַנץ מיר ביז די ליבע לעבט.
טאַנץ מיר ביז די ליבע לעבט.
טאַנץ פֿאַר מיר אַ ליבע־טענצל, ביז אין האַרץ אַ שטאָך,
טאַנץ מיט אַ געפֿיל און גלענצל, טאַנץ מיר נאָך און נאָך,
ביז דער מלאַך פֿון דער ליבע אין די הימלען שװעבט,
טאַנץ מיר ביז די ליבע לעבט.
טאַנץ מיר ביז די ליבע לעבט.
טאַנץ מיר אױס דײַן חן און שמײכל און די קינדער־פּראַכט,
טאַנץ מיר אױס די הײסע קושן אין אַ שטורעם־נאַכט
בינד צונױף דעם ליבע־פֿאָדעם, װײַל ער איז פֿאַרשװאַכט.
טאַנץ מיר ביז די ליבע וואַכט.
טאַנץ מיר ביז די ליבע וואַכט.
טאַנץ מיר אױס דײַן שײנקײט ביז דאָס פֿידל װײנט און קלאָגט,
טאַנץ מיר אױס דײַן צאַרטקײט ביז מײַן האַרץ האָט דיך דעריאָגט,
גלעט מיך מיט די פֿליגל־פֿינגער ביז דער מלאך שװעבט.
טאַנץ מיר ביז די ליבע לעבט.
טאַנץ מיר ביז די ליבע לעבט.
טאַנץ מיר ביז די ליבע לעבט.
איר האָט די מעגלעכקייט צו הערן דאָס ליד, געזונגען פֿונעם מחבר, און אַרײַנקוקן אין דער ייִדישער איבערזעצונג; ווי אויך זען אַן אויסצוג פֿון דעם פּרעכטיקן פֿילם „דער ריח פֿון אַ פֿרוי‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.