Oyneg Shabes

אַ יום־טובֿדיקער גנבֿ

Thieves Living Full Jewish Lives

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

די קלוגע לײַט חכמהן זיך, אַז די זשורנאַליסטיק איז דער צװײטער, לױט דער עלטער, פֿאַך אױף דער װעלט. ס׳הײסט, אַ ביסל ייִנגער פֿון פּראָסטיטוציע און אַ קאַפּעטשקע עלטער פֿון גנבֿות. מילא, װער איז שױן דאָרט דערבײַ געשטאַנען בײַם אַרױסגאַנג פֿון גן־עדן?… װי אַזױ זאָל עס ניט זײַן, נאָר אײן זאַך איז אָבער קלאָר, אַז דװקא די זשורנאַליסטן זײַנען געװען די ערשטע, װאָס האָבן זיך עוסק געװען מיט פֿאַראײביקן סײַ די זנות־געשיכטעס און סײַ די גנבֿות־כראָניק.

אַ מאָדנע זאַך — עס איז ניטאָ אױף דער װעלט קײן אײן לאַנד, אַװוּ גנבֿות אָדער זנות זאָלן זיך ניט רעכענען פֿאַר אַ פֿאַרברעכערישן טאַט, און גלײַך מיט דעם, װערט אַלץ װײַטער פֿאַרשפּרײט און מיטאָלאָגיזירט דער גנבֿישער פֿאָלקלאָר. דאָס מאָל, אָבער, װיל איך באַקענען דעם לײענער מיט אַ פּאָר ניט זײער באַקאַנטע גנבֿים־מעשׂהלעך, װעלכע זײַנען פֿאַרבונדן מיט די יום־טובֿים אָדער מיט די גרונטלעכע ייִדישע טראַדיציעס, אַזעלכע װי אַ חופּה מיט אַ חתונה אָדער, ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, אַ לװיה און שבֿעה־זיצן. אין די דאָזיקע מעשׂהלעך, אױף חידושים, פֿילט זיך ניט אַ װעלכע ניט איז באַציִונג פֿונעם קאָלעקטיװן מחבר צו די סוזשעט־געשעענישן און די פּערסאָנאַזשן, דער דערצײלערישער אופֿן איז גאָר אַ נײטראַלער, מיט אַ לײַכט־איראָניש רחמנות.

מאָטקע חבד פֿלעגט זאָגן:

— איך האַלט שטאַרק פֿון די גנבֿים, װײַל װען ניט זײ, װאָלט דאָך קײן פּאָליצײ ניט געװען אױף דער װעלט, און װען עס װאָלט קײן פּאָליצײ ניט געװען — װאָלט דאָך די גאַנצע װעלט געװען איבערפֿולט מיט גנבֿים…

***

דער רבֿ און די דאָזאָרעס האָבן שױן בײַ „כּל נדרי‟ אַרױסגענומען פֿון אָרון־קודש די ספֿר־תּורות און צוגעגאַנגען צום עמוד. פּלוצעם האָט דער רבֿ באַמערקט, אַז אײנער פֿון די דאָזאָרעס איז זײער בלאַס געװאָרן. „װאָס איז געשען?‟ פֿרעגט דער רבֿ.

„כ׳האָב זיך דערמאָנט — ענטפֿערט דער ייִד — אַז װען כ׳בין אַרױסגעגאַנגען פֿון שטוב, האָב איך ניט פֿארשלאָסן די טיר. די שטוב מײַנע שטײט אָפֿן…‟

„באַרויִק זיך — צעשמײכלט זיך דער רבֿ — דער גאַנצער עולם איז דאָ…‟

***

ערבֿ־פּסח האָט די קהילה געשיקט דעם שמשׂ אין טורמע מיט אַלע פּסחדיקע מאכלים פֿאַר די ייִדישע אַרעסטאַנטן. צו מאָרגנס איז ער געקומען אין „חד־גדיא‟ און געפֿרעגט די אַרעסטאַנטן, צי האָבן זײ אַלץ באַקומען און צי האָבן זײ דורכגעפֿירט דעם סדר װי עס געהערט צו זײַן? דער עלטסטער פֿון תּפֿיסהניקעס האָט באַדאַנקט די קהילה און געזאָגט:

— ברוך השם, אַלץ איז געװען כּשורה, אַחוץ אײן זאַך…

— װאָס איז די זאַך? ‒ פֿרעגט דער שמשׂ.

— װען מיר זײַנען דערגאַנגען צו „שפֿוך חמתך‟ האָבן מיר געװאָלט עפֿענען די טיר — און ניט געקענט…

***

אַ גנבֿ איז אָפּגעזעסן אַ פּאָר יאָר אין תּפֿיסה פֿאַר אַ גנבֿה. געקומען אַהײם, האָט ער געפֿונען בײַ זײַן פֿרױ אַ קראַנק קינד פֿון אַכט חדשים, װאָס, ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, האָט ממש געהאַלטן בײַם אַװעקגײן פֿון דער װעלט. און אַזױ איז עס טאַקע געשען. נו, מע האָט עס געבראַכט צום קבֿר־ישׂראל און דער גנבֿ מיט זײַן װײַב האָבן זיך געזעצט שבֿעה. אָפּגעזעסן עטלעכע טעג, רופֿט זיך אָן דער גנבֿ:

— עפּעס בין איך דאָך אױף מײַן לעבן גענוג געזעסן, אָבער אַזױ אומשולדיק, װי דאָס מאָל, בין איך קײן מאָל ניט געזעסן.