מײַן טײַערער מחותּן דוד האָט מיר אַנומלטן דערצײלט אַ מעשׂה־אשר־היה.
שטאַמען שטאַמט ער פֿון אָטעק־מאָהילעװ, אַ בעסאַראַבער שטעטל בײַם נעסטער, װאָס איז געװען באַזעצט מיט ייִדן און ציגײַנער. הקיצור, דודס משפּחה האָט געהאַט אַ שכן, אַ קאָװאַל אַ ציגײַנער יאַנקו. דער דאָזיקער יאַנקו האָט געהאַט צען קינדער, הױלע מײדלעך, און אין משך פֿון צען יאָר האָט ער געמאַכט אױסגעריסענע יאָרן דודס עלטערן, אַז יענע זאָלן אים פֿאַרשענקען זײער זון, װאָס זעט אױס װי אַן אמתער ציגײַנערישער באַראָן, און ער זאָגט זײ צו, אַז דוד װעט האָבן אַ לעבן, װעגן װעלכן אַפֿילו דוד המלך האָט ניט געטרױמט. עס קלינגט װילד און אַבסורדיש, נאָר עס װײַזט אױס, אַז דער אײבערשטער האָט באַשיצט אַ ייִדיש קינד און סוף־כּל־סוף האָט געשאָנקען דעם אַלטן ציגײַנער אַ יורש — אַ בלאָנד ייִנגעלע מיט בלױע אױגן.
נו יאָ, אַז גאָט װיל שיסט אַ בעזעם…
* * *
נאָך דעם װי אָדם און חוה האָבן געגעסן פֿונעם עץ־הדעת, איז אָדם אין עטלעכע װאָכן אַרום אַװעק פֿון הױז און איז אַהײמגעקומען מיט צוויי טעג שפּעטער. ער האָט זיך אױסגעטאָן זײַנע פֿײַגנבלעטער און זיך געלײגט שלאָפֿן. רופֿט זיך צו אים אָן זײַן חוה מיט אַ געשרײ:
— אַנו, צדיק דו אײנער, לאָמיך אָקערשט אַ קוק טאָן, צי עס פֿעלט דיר ניט נאָך אַ ריפּ.
* * *
אַ יונג װײַבל איז זײער שװער געגאַנגען צו קינד, און איר מאַן איז געװאָרן זײער פֿאַרצװײפֿלט. אַזױ װי ער האָט אַ לאַנגע צײַט פֿאַרבראַכט אין שפּיטאָל, איז ער אַװעק אין אַ רעסטאָראַן עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן. דער באַלעבאָס פֿונעם רעסטאָראַן האָט גלײַך דערזען, אַז דער גאַסט איז עפּעס צערודערט, האָט ער אים אַ פֿרעג געטאָן, װאָס איז מיט אים. דער יונגער־מאַן האָט אים דערצײלט, אַז זײַן פֿרױ גײט זײער שװער צו קינד. מאַכט צו אים דער רעסטאָראַטאָר: „אָט דאָ, אַנטקעגן איבער, איז דאָ אַ שיל מיט אַ מנין ייִדן, װעל איך זיך אַהין גלײַך אַרײַנכאַפּן און זײ הײסן זאָגן תּהילים.‟
— הלװאַי, — זאָגט דער יונגער־מאַן, — זאָל עס העלפֿן!
ביז דער רעסטאָראַטאָר איז צוריקגעקומען פֿון דער שיל, האָט דער גאַסט דערװײַל אָפּגעגעסן און איז װידער אַװעק אין שפּיטאָל אַרײַן. װען ער האָט אַ פֿרעג געטאָן די קראַנקן־שװעסטער, װאָס ס’הערט זיך בײַ זײַן פֿרױ, האָט זי אים אַ װײַז געטאָן מיט אַ פֿינגער: אײנס איז שױן דאָ, און עס דאַרפֿן קומען נאָך…
לױפֿט דער יונגער־מאַן צוריק אין רעסטאָראַן אַרײַן און שרײַט צום רעסטאָראַטאָר:
‒ ר’ ייִד, װי גאָט איז אײַך ליב, לױפֿט אין שיל אַרײַן און הײסט די מתפּללים אױפֿהערן צו זאָגן תּהילים!
* * *
און אָט, איצטער, הערט אַן אמתע מעשׂה…
דער שאָװלער רבֿ האָט געהאַט דרײַ מײדלעך, און װען ער האָט דערזען, אַז די רביצין האָט שױן װידער געהאַט אַ מײדל, איז ער געװאָרן זײער צערודערט. אַז ס’איז געקומען שבת און דער שמשׂ האָט אױסגערופֿן: „ויקרא שמה בישׂראל!‟ — האָט דער שאָװלער רבֿ אַ געשרײ געטאָן: „דיינו, גענוג!‟ דער נאָמען פֿון אָט דער פֿערטער טאָכטער איז טאַקע געבליבן „דינה‟, אָבער דער װוּנדער איז, אַז פֿון דעמאָלט אָן האָט די רביצין געבױרן נאָך פֿינף קינדער — אַלע ייִנגעלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.