אַקוטאַגאַװאַ ריונאָסקע, דער יאַפּאַנער שרײַבער און נאָבל־לאַורעאַט, האָט אַ מאָל באַמערקט, אַז „דעם מענטשנס לעבן איז ניט װערט אײן שורה פֿון באָדלערס פּאָעזיע‟. ייִדישער מוח זאָגט זיך אָפּ אָנצונעמען אַזאַ מרה־שחורהדיקע חריפֿות, און בכלל, עס איז אַ שאָד, אַז די יאַפּאַנער זײַנען כּמעט ניט באַקאַנט מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר, װײַל דער ייִדישער פֿאָלקלאָר איז כּולו ליכטיקײט, שאַרפֿזיניקײט און לײַכט געלעכטער. אַז מע פֿאַרייִדישט און מע פֿאַרכעלעמט די שװערע יאַפּאַנער מחשבֿות, טאָ קומט מען צו אַ שײנעם אױספֿיר, די כעלעמער חכמה איז װערט מיליאָנען און גיט צו יאָרן.
מיט יאָרן צוריק האָב איך זיך געחבֿרט מיט פֿרומע באַום, זאָל זיך מיִען, ס’אײניקל פֿונעם לעצטן כעלעמער רבי און די ביבליאָטעקאַרשע פֿון דער י. ל. פּרץ־ביבליאָטעק אין תּל־אָבֿיבֿ. איך האָב זי גערופֿן פּאַני פֿרימע און זי האָט מיך גערופֿן „אוטשיאָני יעװרײ‟ (אַ געלערנטער ייִד). די פּאַני פֿרומע האָט געהאַט אַ טײַערע זאַך, װעלכע זי האָט שטענדיק געהאַט בײַ דער האַנט — דער קאַלענדאַר מיט די געבורטסט־דאַטעס און פּאָרטרעטן פֿון די ייִדישע שרײַבער — און יעדן אין דער פֿרי פֿלעגט זי מיך מכבד זײַן מיט אַ ברײטן מזל־טובֿ לכּבֿוד יענעמס געבורטסטאָג. איך, פֿון מײַן זײַט, פֿלעג איר דערצײלן עפּעס אַ נײַע מעשׂה װעגן די „כעלעמער חכמים‟. אַ װוּנדער שבװוּנדער — זי, אַ געבױרענע אין כעלעם האָט בשום־אופֿן ניט געקענט דערגײן דעם טאָלק, פֿאַר װאָס איך, אַן „אוטשיאָני יעװרײ‟, קאַטשע זיך פֿון געלעכטער פֿון די „נאַרישע און אידיאָטישע חכמות, װעלכע האָבן ניט קײן שום שײַכות צו די באמת קלוגע און געלערנטע כעלעמער ייִדן‟. צי איז דאָס אמת אָדער ניט, װײס איך ניט, נאָר װי אָרעם װאָלט געװען די װעלט, װען די לױטערע כעלעמער חכמים װאָלטן זיך פֿאַרװאַנדלט אין הױלע כעלעמער נאַראָנים.
* * *
אױף אַן אַסיפֿה פֿון די כעלעמער באַלעבאַטים האָט מען באַשלאָסן אַרױסצושיקן דעם כעלעמער שמשׂ אין דער גרױסער װעלט, אַז ער זאָל עפּעס ברענגען פֿון דאָרטן חכמות און חידושים.
דער כעלעמער שמשׂ האָט זיך באַלד געלאָזט אין דער גרױסער שטאָט װילנע, געקומען צום שמשׂ פֿון דער װילנער שטאָטשול און אים דערצײלט דעם גאַנצן ענין: היות די שטאָט כעלעם האָט אים געשיקט אין דער גרױסער װעלט אַרײַן, אַז ער זאָל ברענגען עפּעס חכמות און חידושים. על־כּן בעט ער אים, דעם שמשׂ פֿון דער גרױסער װילנער שול, אַז ער זאָל אים זײַן באַהעלפֿיק אין דער־אָ זאַך.
דער װילנער שמשׂ האָט זיך אױף אַ װײַלע פֿאַרטראַכט, דערנאָך מאַכט ער צום כעלעמער שמשׂ אַזױ:
„הערט זשע, מײַן ליבער ייִד, איך האָב פֿאַר אײַך אַ רעטעניש, װאָס איז ממש אַ חידוש אױף דער װעלט. אָט הערט: װאָס איז דאָס אַזױנס —דעם טאַטנס אַ זון, דער שװעסטערס אַ ברודער, דער װײַבס אַ מאַן, און זיך אַלײן — גאָר ניט?
דער כעלעמער שמשׂ האָט זיך פֿאַרטראַכט, געקלערט, געבראָכן זיך דעם קאָפּ, אָבער בשום־אופֿן ניט געקענט דערגײן, װי טרעפֿט מען דאָס רעטעניש.
„הכּלל — זאָגט אים דער װילנער שמשׂ — איך זע, אַז ס’איז אײַך שװער צו טרעפֿן. װעל איך אײַך טאַקע אונטערזאָגן: איך בין טאַקע מײַן טאַטנס אַ זון, מײַן שװעסטערס אַ ברודער און מײַן װײַבס אַ מאַן, און מיט זיך אַלײן קער איך זיך גאָר ניט אָן.
דעם כעלעמער שמשׂ איז די־אָ המצאה זײער געפֿעלן געװאָרן. ער האָט גאַנץ פֿײַן באַדאַנקט דעם װילנער שמשׂ און געלאָזט זיך אין װעג אַרײַן, צוריק אין כעלעם. אַװדאַי, װאָס דאַרפֿט ער נאָך? אָט, האָט ער שױן אַ חכמה, װאָס איז װערט מיליאָנען. הקיצור, קומט ער אַהײם קײן כעלעם און גלײַך רופֿט ער צונױף אַ גרױסע אַסיפֿה. עס קומט צו לױפֿן דער עולם און דער גליקלעכער שמשׂ גײט אַרױף אױף דער בימה און װענדט זיך צום קהל:
„הערט מיך אױס, רבותי, איך האָב געבראַכט פֿון װילנע אַ טײַערע חכמה, אַ רעטעניש אױף חידושים: װאָס איז דאָס אַזעלעכס — דעם טאַטנס אַ זון, דער שװעסטערס אַ ברודער, דער װײַבס אַ מאַן, און זיך אַלײן — גאָר ניט?
דער עולם האָט געקלערט און געקלערט, געבראָכן זיך דעם קאָפּ, אָבער גאָרניט געקענט טרעפֿן.
„איר װײסט װאָס דאָס איז?‟ מאַכט דער גליקלעכער כעלעמער שמשׂ מיט אַ שײַנענדיק פּנים. „דאָס איז טאַקע ער, דער װילנער שמשׂ.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.