די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון „רעדנדיקע ביכער‟ אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ראָהר, אַ פּראָיעקט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. עס לייענט ליבע אויגנפֿעלד.
דאָס איז אַ געשיכטע, וואָס איז געשען אין טורבין.
אין טורבין איז געווען אַ מאָל אַ טרעגער, האָט ער געהייסן טובֿיה און איז געווען אַ גרויסער אָרעמאַן. איין מאָל, דאָנערשטיק, שטייט ער אַזוי אין מאַרק, מיט די פּאָלעס פֿאַרשאַרצט אונטערן שטריק אויף די לענדן, און קוקט אויס, פֿון וואַנען עס וועט קומען זײַן הילף, ער זאָל פֿאַרדינען עפּעס אויף שבת. און דאָ שטייען די געוועלבן אַרום און אַרום ליידיק. אין יוצא ואין בא, מען זעט נישט, עס זאָל עמעצער קומען סחורה קויפֿן, עס זאָל זײַן וואָס אָפּצוטראָגן. הייבט ער, נעבעך, אויף די אויגן צום הימל מיט אַ געבעט, ער זאָל, חלילה, קיין פֿאַרשטערטן שבת נישט האָבן, און זײַן ווײַב סערל מיט די קינדערלעך זאָלן, חס־ושלום, נישט הונגערן אום שבת.
ווי ער איז אַזוי מתפּלל, דערפֿילט ער, אַז עמעץ גיט אים אַ צי פֿאַר דער פּאָלע. קוקט ער זיך אום, זעט ער פֿאַר זיך אַ דײַטשל, אָנגעטאָן ווי אַ שיסער אין וואַלד, מיט אַ פֿעדער אויפֿן קאַפּעלושל און אַ גרינעם אויפֿלאָג אויפֿן שפּענצער. און דאָס דײַטשל זאָגט צו אים אויף ריין דײַטש, וואָס מיר זעצן דאָ איבער אויף עבֿרי־טײַטש, מיט די ווערטער:
— הער, טובֿיה, דיר איז באַשערט געוואָרן זיבן גוטע יאָר, זיבן יאָר פֿון מזל און הצלחה, און אוצרות געלט. ווענדט זיך עס אָבער אין דיר, ווען דו ווילסט האָבן די גוטע יאָר. ווילסטו, — וועט דיר אויפֿשײַנען דײַן מזל נאָך דעם הײַנטיקן טאָג, און איידער עס וועט אונטערגיין די זון, וואָס שטייט דיר איבערן קאָפּ, וועסטו קאָנען אָפּקויפֿן גאַנץ טורבין מיט דער סבֿיבֿה, אָבער נאָך זיבן יאָר וועסטו צוריק ווערן אַן אָרעמאַן, ווי דו ביסט געווען, און ווילסטו, — וועט די גוטע, געבענטשטע צײַט קומען ערשט צום סוף פֿון דײַנע יאָרן, און דו וועסט אַוועקגיין פֿון דער וועלט דער גרעסטער גבֿיר.
געווען איז עס, ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אליהו הנבֿיא, וואָס האָט זיך, ווי זײַן שטייגער איז, אין אַ דײַטשל פֿאַרשטעלט. טובֿיה אָבער האָט געמיינט, אַז עס איז, להבֿדיל אלף הבֿדלות, אַ פּראָסטער כּישוף-מאַכער, ענטפֿערט ער אים:
— מײַן ליב דײַטשל, לאָז מיך געמאַך, וואַרום איך בין, נישט פֿאַר דיר געדאַכט, אַ גרויסער עני ואבֿיון, איך האָב אויף שבת נישט. און איך האָב דיר נישט מיט וואָס צו באַצאָלן פֿאַר דײַנע עצות מיט דײַן טירחה.
אַז דאָס דײַטשל אָבער האָט אים נישט אָפּגעלאָזט און איבערגעחזרט אים די ווערטער איין מאָל, צוויי מאָל און דרײַ מאָל, איז עס טובֿיהן שוין אַרײַן אין קאָפּ, ענטפֿערט ער אים:
— ווייסטו וואָס, ליב דײַטשל, אויב דו מיינסט עס ערנסט מיט מיר און ביסט נישט קיין לועג לרש, און דו פֿרעגסט מיר באמת, מוז איך דיר זאָגן, אַז איך בין מיך נוהג, בײַ יעדער זאַך, וואָס קומט מיר פֿאָר, זיך אַן עצה צו האַלטן מיט מײַן ווײַב סערל און אָן איר קאָן איך דיר קיין קלאָרע תּשובֿה נישט געבן.
זאָגט אים דאָס דײַטשל, אַז עס איז זייער אַ גוטע זאַך, זיך אַן עצה צו האַלטן מיט דער פֿרוי, און ראָט אים, ער זאָל זי גיין פֿרעגן, און ער, דאָס דײַטשל הייסט עס, וועט דאָ שטיין און וואַרטן אויף אַ תּשובֿה.
טובֿיה קוקט זיך נאָך אַ מאָל אום אין אַלע זײַטן, קיין פֿאַרדינסט זעט ער נישט, טראַכט ער זיך, וואָס קאָן ער דאָ אָנווערן, ער וועט אַהיימגיין פֿרעגן. לאָזט ער אַראָפּ די פּאָלעס און גייט אַרויס הינטער דער שטאָט, וווּ ער האָט געוווינט, כּמעט שוין אויפֿן פֿעלד, אין אַ ליימען שטיבל, איבערשמועסן זיך מיט סערל זײַן ווײַב.
ווי סערל האָט אים דערזען דורך דער אָפֿענער טיר (עס איז זומער געווען), איז זי אים אַרויסגעלאָפֿן אַנטקעגן מיט גרויס שׂימחה, זי האָט געמיינט, אַז ער ברענגט איר אָן חלה אויף שבת, זאָגט ער איר אָבער:
— ניין, סערל, זײַן ליבער נאָמען האָט מיר נאָך קיין מאָל קיין פֿאַרדינסט נישט באַשערט, דערפֿאַר אָבער איז צו מיר געקומען אַ דײַטשל…
און ער דערציילט איר אַזוי און אַזוי, באשר בכן, דאָס דײַטשל זאָגט, אַז עס איז אים באַשערט זיבן גוטע יאָר, און עס ווענדט זיך אָן אים, ווען די גוטע יאָר זאָלן קומען, אַצינד אָדער פֿאַר דער פּטירה, פֿרעגט ער בײַ איר אַן עצה: ווען?
— גיי, מײַן ליבער מאַן, און זאָג דעם דײַטשל, אַז דו ווילסט די זיבן גוטע יאָר אויף דער רגע!
פֿאַר וואָס, סערל? — פֿרעגט טובֿיה פֿאַרוווּנדערט, — נאָך זיבן יאָר וועלן מיר דאָך ווערן צוריק אָרעמע לײַט, און דעם יורד איז דאָך ערגער, ווי אַ פּראָסטן אָרעמאַן?
— פֿאַרזאָרגט נישט, מײַן ליבער גוטער פֿרײַנט, די וועלט. דערווײַל נעם, וואָס מען גיט דיר און זאָג: ברוך ה׳ יום יום! בפֿרט, אַז מע דאַרף חדר־געלט פֿאַר די קינדער, מען האָט זיי מיר אַהיימגעשיקט, אָט זע, ווי זיי שפּילן זיך אין זאַמד.
דאָס איז גענוג געווען, טובֿיה זאָל צוריק לויפֿן צום דײַטשל מיט אַ קלאָרער תּשובֿה, אַז ער וויל די זיבן גוטע יאָר תוך כּדי דבור.
זאָגט אים דאָס דײַטשל:
— רעכן נאָר איבער, טובֿיה, הײַנט ביסטו אַ מענטש מיט כּוח און קאָנסט פֿאַרדינען, אַ מאָל מער, אַ מאָל ווייניקער… וואָס וועט אָבער זײַן שפּעטער, אַז דו וועסט עלטער ווערן און וועסט זײַן אַ יורד, און אַזוי פֿיל כּוח צו דער אַרבעט וועסטו אויך נישט האָבן — ענטפֿערט טובֿיה:
הער, דײַטשל, מײַן ווײַב סערל וויל באַלד. ערשטנס, זאָגט זי, ברוך ה‘ יום יום און הייסט אויף שפּעטער נישט זאָרגן, און צווייטנס, האָט מען אונדז די קינדער פֿון חדר אַהיימגעשיקט…
אויב אַזוי — זאָגט דאָס דײַטשל, — גיי אַהיים, און איידער דו וועסט קומען אין שטוב אַרײַן, וועסטו זײַן אַן עושר!
וויל ער אים פֿאָרט איבערפֿרעגן וועגן נאָך די זיבן יאָר, איז אים אָבער דערווײַל דאָס דײַטשל פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
גייט ער, טובֿיה, אַהיים. געוווינט, האָבן מיר שוין געזאָגט, האָט טובֿיה הינטער דער שטאָט, כּמעט אויפֿן פֿרײַען פֿעלד. קומט ער צו צו דער שטוב, זעט ער, ווי די קינדער שפּילן זיך הינטער דער שטוב אין זאַמד, גייט ער צו, דערזעט ער, אַז זיי שאַרן אַרויס פֿון אַ גריבל נישט קיין זאַמד, נאָר ריין גאָלד, טאַקע זהבֿ טהור… פֿאַרשטייט זיך, אַז מער האָט מען נישט געדאַרפֿט, עס האָבן זיך שוין אָנגעהויבן די זיבן יאָר, די זיבן מזלדיקע יאָר…
די צײַט לויפֿט אָבער פֿײַל פֿון בויגן און זיבן יאָר גייען אַריבער געשווינד. קומט נאָך די זיבן יאָר דאָס דײַטשל צו טובֿיהן, אים אָנצוזאָגן, אַז די זיבן יאָר זענען אַריבער און אַז הײַנט פֿאַר נאַכט וועט נעלם ווערן דאָס גאָלד אין דער ערד. דאָס גאָלד אין שטוב און אַפֿילו דאָס גאָלד, וואָס זיי האָבן געקאָנט באַהאַלטן בײַ לײַטן…
טרעפֿט ער טובֿיהן, ווי ער שטייט אין מיטן מאַרק, ווי פֿאַר זיבן יאָר, מיט די זעלביקע פֿאַרשאַרצטע פּאָלעס אונטער די לענדן און קוקט אויס אויף אַ פֿאַרדינסט. זאָגט ער אים: הער, טובֿיה, די זיבן יאָר זענען אַריבער!
ענטפֿערט אים טובֿיה: גיי זאָג מײַן ווײַב סערל, ווײַל דאָס עשירות איבער די גאַנצע זיבן יאָר איז געווען בײַ איר אין דער האַנט.
גייען זיי ביידע אַרויס הינטער דער שטאָט, און קומען צום זעלביקן ליימענעם הײַזל אויפֿן פֿעלד און טרעפֿן סערלען פֿאַר דער טיר. און זי איז אויך אָרעם געקליידט ווי אַ מאָל, נאָר איר פּנים שמייכלט.
זאָגט איר דאָס דײַטשל מיט די זעלביקע ווערטער, אַז די זיבן גוטע יאָר זענען אַוועק.
ענטפֿערט זי אים, אַז זיי האָבן קיין גוטע יאָר נאָך נישט אָנגעהויבן צו האָבן, אַז זיי האָבן קיין מאָל נישט געהאַלטן דאָס געלט פֿאַר זייער אייגנס, ווײַל, וואָס אַ מענטש פֿאַרדינט מיט זײַנע צען פֿינגער, דאָס איז זײַנס, און אַזוי עשירות, וואָס קומט אָן שווייס און אומגעזוכט, איז נאָר אַ פּקדון, וואָס זײַן ליבער נאָמען לאָזט איבער בײַ מענטשן אין די הענט פֿאַר אָרעמע לײַטס וועגן… זי האָט נאָר פֿון גאָלד דעם שׂכר־לימוד גענומען, דאָס איז גאָטס תּורה, מעג מען פֿאַר זײַן תּורה מיט זײַן גאָלד צאָלן, מער נישט! און אויב זײַן ליבער נאָמען האָט פֿון הײַנט אָן אַ בעסערן בעל־פּקדון פֿאַר זײַן געלט, מהיכא תּיתא, זאָל ער צונעמען און איבערגעבן אַן אַנדערן!
אליהו הנבֿיא האָט עס אויסגעהערט און איז נעלם געוואָרן. ער האָט עס איבערגעגעבן דעם בית־דין של מעלה, און דער בית־דין של מעלה האָט געפּסקנט, אַז עס איז קיין בעסערער בעל־פּקדון נישט פֿאַראַן, און די זיבן יאָר האָבן זיך נישט אויסגעלאָזט כּל־זמן טובֿיה און זײַן ווײַב סערל האָבן געלעבט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.