װען אַ יונגער־מאַן הײבט אָן שװיצן, זאָגט מען, אַז דאָס איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ יוגנטלעכער באַרימערײַ; אָבער װען אַן עלטערער מענטש הײבט אָן שװיצן, איז דאָס שױן אַ סימן פֿון שװאַכע לונגען.
עס דאַכט זיך, אַז אַזאַ שײנער פּאַרשױן װי דער ייִדישער „שװיצער‟ װאָלט געדאַרפֿט געפֿינען אַ הױך־בכּבֿודיק אָרט אינעם מינדלעכן ייִדישן פֿאָלקלאָר, אָבער, אױף חידושים, איז אין איגנאַץ בערנשטײנס „ייִדישע שפּריכװערטער און רעדנסאַרטן‟ (װאַרשע, 1908) ניטאָ קײן אײן שפּריכװאָרט מיטן װאָרט „שװיצער‟. שלמה באַסטאָמסקי אין זײַן „בײַם קװאַל‟ (װילנע, 1920), ברענגט יאָ אַ פּאָר װערטלעך, סײַ מיטן װערב „שװיצן‟ און סײַ מיטן סובסטאַנטיװ „שװיצער‟, דהײַנו, „שװיצן אָן מאַלינעס‟ און „שװיצן װי אין אַ באָד‟ און װי אַ װאַריאַנט — „שװיצן װי אין אַ באָד אױפֿן פּאָל‟.
ס’הײסט, דער „ייִדישער שװיצער‟ איז געװען יאָ באַקאַנט דער ברײטער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און שלמה באַסטאָמסקי דערקלערט דװקא, אַז „אַ שװיצער‟ איז „אַ טומלער‟. זײַט אַזױ גוט און מישט אױס די ייִדישע װערטערביכער און פּרובירט צו געפֿינען דאָס װאָרט „טומלער‟. אַ קרענק… בײַ סטוטשקאָװן אין זײַן „אוצר‟ געפֿינען מיר אַ גאַנץ הײַזל מיט די װערטער, װעלכע מאַכן אונדז קלאָר דעם סעמאַנטישן פֿעלד פֿונעם װאָרט „טומלער‟, װאָס, וועדליק שלמה באַסטאָמסקיס באַמערקט, געפֿינט זיך עס ערגעץ ניט װײַט פֿונעם „שװיצער‟:
שרײַער, ליאַרמער, קװיטשער, גאָרגל־רײַסער, גראַגער, בילער, טומלער, טומל־מאַכער, סקאַנדאַליסט, טאַראַראַמשטשיק.
און װײַטער… צי האָבן די הײַנטצײַטיקע ייִדישע לעקסיקאָגראַפֿן געהאַלטן, אַז אײן „שװיצער‟ אין אַ װערטערבוך איז שױן גענוג, צי מ’האָט ניט געפֿונען גענוג שריפֿטלעכע באַװײַזן, אַז דער זעלטענער ייִדישער „טומלער‟ לעבט נאָך אַלץ און אָטעמט, און טאַקע ניט װײַט פֿונעם שװיצער, אָבער דאָס שײנע און קלאָרע װאָרט האָט זיך ערגעץ װוּ פֿאַרבלאָנדזשעט און װאַרט אױף אַן אָפֿיציעלער אָנערקענונג און רעהאַביליטאַציע.
* * *
מע דערצײלט, אַז אײן מאָל איז שלמה המלך געשטאַנען אױפֿן באַלקאָן פֿון זײַן פּאַלאַץ און פּלוצעם האָט ער דערזען אַ פּאָר יונגע פֿױגלען. יענע זײַנען געזעסן אױפֿן דאַך פֿון שלמה המלכס מױער און געשמועסט. שפּיצט אָן שלמה המלך די אױערן און דערהערט אַזאַ דיאַלאָג:
— אָט, מײַן טײַערע געליבטע, זעסטו דעם־אָ מױער? װען איך װיל, קען איך מיט אײן קלאַפּ פֿון מײַנע פֿליגל דעם דאָזיקן מױער אײַנװאַרפֿן.
װען שלמה המלך האָט דערהערט אַזעלכע װילדע באַהױפּטונגען און שװיצערײַען, האָט ער גלײַך געהײסן רופֿן דעם יונגן פֿױגל און געפֿרעגט אים:
— װי װאַגסטו צו שװיצן און זאָגן אַזאַ גרױסן ליגן?… מיט אײן קלאַפּ פֿון דײַנע פֿליגלען קענסטו אײַנװאַרפֿן מײַן מױער?.. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שװיץ־קאַנטאָר?…
— זײַ מיר מוחל, מײַן האַר, פֿאַר מײַן זינד, — ענטפֿערט דער פֿױגל, — דאָס צװײטע פֿױגל איז דאָך מײַן כּלה, װיל איך זיך פֿאַר איר אַ ביסל באַרימען.
װען דער פֿויגל איז צוריקגעקומען צו זײַן כּלה, און יענע האָט אים געפֿרעגט, װאָס דער מלך האָט אים געזאָגט, האָט דער חתן איר געענטפֿערט:
— ער האָט זיך בײַ מיר געבעטן, אַז איך זאָל זײַן פּאַלאַץ ניט צעשטערן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.