אַ ייִנגעלע האָט ל״ג־בעומר אויסגעשאָסן אַ פֿײַל פֿון בויגן, און דאָס ייִנגעלע האָט אָנגעזאָגט דער פֿײַל, אַז זי זאָל פֿליִען העכער פֿון אַלע דעכער, זי זאָל אָבער קיין שום פֿייגעלע ניט פֿאַרטשעפּען, נאָר זי זאָל פֿליִען גלאַט אין דער וועלט אַרײַן, און ווען זי וועט זיך אײַנמאַטערן, זאָל זי אַרונטערפֿאַלן אויף דער ערד און בלײַבן ליגן.
איז געפֿלויגן די פֿײַל פֿון בויגן, און אַלע פֿייגעלעך אויפֿן וועג האָבן זיך פֿאַר איר דערשראָקן און זיך אָפּגעקערט אָן אַ זײַט, כּדי זי זאָל זיי ניט טרעפֿן. זאָגט די פֿײַל צו די פֿייגעלעך:
— ליבע פֿייגעלעך, כּשר׳ע אייגעלעך! איר דאַרפֿט פֿאַר מיר קיין מורא ניט האָבן, וואָרעם מיך האָט מען ניט געשיקט צו טויטן אײַך. מיך האָט אויסגעשאָסן אַ ייִנגעלע, האָט ער מיר אָנגעזאָגט, אַז איך זאָל קיין שום פֿייגעלע ניט פֿאַרטשעפּען, נאָר פֿליִען גלאַט אַזוי זיך, ביז די כּוחות וועלן מיר אויסגיין, און דאַן זאָל איך אַרונטערפֿאַלן אויף דער ערד און בלײַבן ליגן.
אָבער די פֿייגעלעך האָבן ניט געוואָלט טרויען דער פֿײַל פֿון בויגן, ווײַל בעת זיי זענען נאָך קליינינקע געווען, האָבן זייערע מאַמעס זיי אָנגעזאָגט, אַז זיי זאָלן זיך היטן פֿון קוילן און פֿון פֿײַלן, ווײַל טאָמער טרעפֿט אַ קויל אָדער אַ פֿײַל, איז מען שוין פֿאַרבײַ.
זעט די פֿײַל, אַז די פֿייגעלעך האָבן פֿאַר איר פֿאָרט מורא און זיי היטן זיך פֿאַר איר ווי פֿאַר פֿײַער, רופֿט זי זיך אָן ווידער צו זיי:
— אָבער איך וועל אײַך ניט טרעפֿן, ווײַל דאָס ייִנגעלע, וואָס האָט מיך אויסגעשאָסן, האָט זיך אין אײַך ניט געצילט.
פֿרעגט איין פֿייגעלע בײַ דער פֿײַל:
— טאָ צו וואָס־זשע האָט ער דאָס געטאָן? גלאַט אין דער וועלט אַרײַן געשאָסן?
— יאָ, — האָט געענטפֿערט די פֿײַל, — אַלע קינדער שיסן הײַנט אַזוי. איך בין ניט די איינציקע. איר זעט, ווי עס פֿליִען פֿײַלן פֿון אַלע זײַטן? אַלע קינדער שיסן. הײַנט איז בײַ זיי אַזאַ יום-טובֿ. ל״ג־בעומר רופֿן זיי דאָס. גייען זיי אַלע אין וואַלד און אין פֿעלד מיט פֿײַלנבויגנס און זיי שיסן. אָבער זיי שיסן קיינעם ניט. זיי שיסן גלאַט אין דער וועלט אַרײַן. זיי צילן זיך ניט אין די פֿייגעלעך, אין קיינעם ניט. זיי זענען גוטע קינדער. זיי זענען וווילע קינדער.
— יאָ, — רופֿט זיך אָן איין פֿייגעלע, — עס זענען דאָ אויך שלעכטע קינדער. איך האָב אַ מאָל געזען פֿון ווײַטן, ווי אַ ייִנגעלע האָט געמוטשעט אַ פֿייגעלע.
— ניט מײַן ייִנגעלע, — האָט די פֿײַל געענטפֿערט, — מײַן ייִנגעלע, דאָס ייִנגעלע, וואָס האָט מיך אויסגעשאָסן, טשעפּעט ניט קיין פֿייגעלעך. ער אַליין טשעפּעט ניט קיין פֿייגעלעך, און ער האָט מיר אָנגעזאָגט, אַז איך זאָל אויך ניט טשעפּען.
— יאָ, — האָט נאָך אַ פֿייגעלע זיך אַרײַנגעמישט אין דער רייד, — זעסט, — האָט דאָס פֿייגעלע געזאָגט צו דער פֿײַל, — זעסט, ווי איינער פֿון דײַנע ייִנגעלעך וואַרפֿט אין דער הויך עפּעס אַזוי ווי אַ באָמבע? זעסט, ווי ער וויל אונדז טרעפֿן? — היט זיך, פֿייגעלעך! — האָט דאָס פֿייגעלע אויסגעשריִען צו די איבעריקע פֿייגעלעך, — היט זיך, שוועסטער, אַ ייִנגעלע וואַרפֿט אַ באָמבע! אַ באָמבע פֿליט!
— זײַ ניט קיין נאַר! — האָט געענטפֿערט די פֿײַל, — דאָס פֿליט ניט קיין באָמבע, נאָר אַ פּילקע. זי קען אײַך ניט טרעפֿן. דאָס איז אַ גומענע פּילקע. קינדער שפּילן זיך דאָך אין פּילקעס. כאַ-כאַ-כאַ! ס׳אַראַ שרעקעדיקע איר זײַט! אויף אַ פּילקע מיינט איר, אַז עס איז אַ באָמבע. פֿליט רויִק, ליבע פֿייגעלעך מיט אײַערע כּשר׳ע אייגעלעך. האָט מיר אַ גוטן יום־טובֿ! איך פֿלי ווײַטער. איך האָב מער קיין צײַט ניט צו רעדן מיט אײַך, וואָרעם דאָס לעבן פֿון אַ פֿײַל איז אויף אַ ווײַל. אַ פֿײַל לעבט ניט אַזוי לאַנג ווי אַ פֿייגעלע. באַלד, באַלד וועלן מיר שוין די כּוחות אויסגיין, און איך וועל מוזן פֿאַלן אויף דער ערד. אַזוי האָט מיר מײַן ייִנגעלע געזאָגט. אַ קלוג ייִנגעלע. אַלצדינג ווייסט ער. נו, איך פֿלי פֿײַל פֿון בויגן, אָן פֿליגל און אָן אויגן. אַזוי זינגען אונטן די קינדער.
איז ווײַטער געפֿלויגן די פֿײַל פֿון בויגן, און איז טאַקע לאַנג ניט געפֿלויגן. די כּוחות זענען איר אויסגעגאַנגען, און זי איז אַרונטערגעפֿאַלן אויף דער ערד, אַזוי ווי דאָס ייִנגעלע האָט איר געזאָגט, און איז געבליבן ליגן.
ליגט זי אַזוי און ליגט די פֿײַל, און קיינער קוקט זיך אויף איר ניט אום. פֿליט אַרונטער אַ פֿייגעלע אויף דער ערד צו זוכן קערנדלעך, שטעלט זיך דאָס פֿייגעלע אַוועק אָפּרוען אויף דער פֿײַל און דערקענט גאָרניט די פֿײַל, וועלכע איז נאָר וואָס געווען געפֿלויגן אין דער לופֿטן און וואָס אַלע פֿייגעלעך האָבן זיך פֿאַר איר געשראָקן. און דאָס פֿייגעלע האָט אָפּגערוט אַ ביסל און איז ווידער געפֿלויגן, און די פֿײַל איז געבליבן ווידער ליגן אויף דער ערד.
ליגט זי אַזוי ווײַטער די פֿײַל, און קיינער קוקט זיך אויף איר אַלץ ניט אום. זענען פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ כאָפּטע ייִנגלעך מיט פֿײַל־און־בויגן, און צווישן די ייִנגלעך איז אויך געווען דאָס ייִנגעלע, וואָס האָט אויסגעשאָסן פֿריִער די פֿײַל, וועלכע ליגט איצט אויף דער ערד. האָט דאָס ייִנגעלע דערקענט די פֿײַל, האָט ער זיך אײַנגעבויגן און דאָס אויפֿגעהויבן.
— זעט, קינדער, — האָט דאָס ייִנגעלע זיך אָנגערופֿן צו די איבעריקע ייִנגלעך, — אָט איז די פֿײַל, וואָס איך האָב פֿריִער אויסגעשאָסן.
פֿרעגט בײַ אים איינער פֿון די ייִנגלעך:
— ווי אַזוי ווייסטו, אַז דאָס איז יענע פֿײַל, וואָס דו האָסט פֿריִער אויסגעשאָסן?
— איך האָב געמאַכט אַ סימן אויף איר, — האָט דאָס ייִנגעלע געענטפֿערט, — זעסט, אַ שטערנדל? — איך וועל נאָך אַ מאָל אויסשיסן די פֿײַל און זאָל זי ווידער פֿליִען.
און דאָס ייִנגעלע האָט אָנגעשטעלט דעם פֿײַל־און־בויגן און אויסגעשאָסן, און די פֿײַל האָט אַ פֿלי געטאָן און זיך אויפֿגעהויבן אַזוי הויך, אַז מען האָט זי שוין מער ניט געקענט זען.
איז געפֿלויגן די פֿײַל פֿון בויגן, און אַלע פֿייגעלעך האָבן שוין פֿאַר איר מער קיין מורא ניט געהאַט, וואָרעם זיי האָבן שוין געוווּסט, אַז דאָס איז אַ ל״ג-בעומר-פֿײַל, וואָס אַ גוט ייִנגעלע האָט אויסגעשאָסן, ניט צילנדיק זיך אין קיינעם. און די פֿײַל האָט ווידער אָפּגעגעבן די פֿייגעלעך אַ גרוס פֿון די ליבע קינדערלעך און דערציילט זיי ווידער, אַז בײַ די קינדערלעך איז הײַנט יום־טובֿ, ל״ג-בעומר. אַז די פֿייגעלעך האָבן זיך אײַנגעבויגן, האָבן זיי דערהערט, ווי די קינדער זינגען:
— ל״ג-בעומר, ל״ג בעומר,
זיצן פֿייגעלעך אויף די ביימער,
פֿליט אַ פֿײַל פֿון בויגן
אָן פֿליגל און אָן אויגן.
האָט ניט מורא, פֿייגעלעך,
מיר וועלן אײַך ניט שיסן,
ניט מיר, קליינע ייִנגעלעך
וועלן בלוט פֿאַרגיסן.
האָט ניט מורא, פֿייגעלעך,
מאַכט ניט צו אייגעלעך!
האָבן די פֿייגעלעך גענומען פּאַטשן מיט די פֿליגעלעך, און די פֿײַל פֿון בויגן איז ווײַטער געפֿלויגן און האָט זיך אַרונטערגעלאָזן אין טײַך, און די פֿישעלעך האָבן זיך דערשראָקן, מיינענדיק, אַז דאָס איז אַ ווענדקע צו כאַפּן זיי. אָבער די פֿײַל האָט זיי דערציילט, אַז בײַ די קינדער איז הײַנט ל״ג־בעומר, האָבן די פֿישעלעך גענומען טאַנצן אין וואַסער און פּאַטשן מיט די עקן, און די פֿײַל איז אַרויף פֿון אויבן אויפֿן וואַסער און איז געשוווּמען און געשוווּמען, ביז אַ ייִנגעלע איז געקומען און האָט זי פֿון טײַך אַרויסגענומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.