סטעלאַ איז געווען אַ רײַך מיידעלע און זי האָט געהאַט זייער אַ סך שפּילעכלעך, און נאָך מערער האָט זי געהאַט ליאַלקעס, גרויסע און קליינע ליאַלקעס, בלאָנדע און שוואַרצע ליאַלקעס. און כּדי זי זאָל געדענקען די אַלע ליאַלקעס, וואָס זי האָט, האָט זי יעדער ליאַלקע אַ נאָמען געגעבן. האָט זי איין ליאַלקע גערופֿן „בעבעלע“ און אַ צווייטע —„העזעלע“, און אַ דריטע — „שרעטעלע“ און אַ פֿערטע — „וועווערקע“, און אַ פֿינפֿטע —„קעצעלע“ און אַזוי כּסדר אַלעמען. יעדע ליאַלקע האָט בײַ סטעלאַן געהאַט אַ נאָמען. איך ווייס ניט, צי יעדע ליאַלקע האָט געדענקט איר נאָמען, אָבער סטעלאַ האָט יאָ געדענקט יעטווידע ליאַלקע בײַ איר נאָמען, און זעלטן ווען זי פֿלעגט אַ טעות האָבן.
גוט איז געווען סטעלאַן און גוט איז געווען אירע ליאַלקעס. ווען די ליאַלקעס וואָלטן נאָר געוואָלט עסן, וואָלט זיי סטעלאַ געגעבן די שענסטע און די בעסטע מאכלים. נאָר די ליאַלקעס האָבן קיינמאָל ניט געבעטן עסן, און סטעלאַ האָט זיך געוווּנדערט: ס׳טײַטש? האָבן דען ניט די ליאַלקעס אַ מויל מיט ציינער, פֿאַרוואָס ווילן זיי ניט עסן? בײַ יעדער ליאַלקע איז אָפֿן דאָס מײַלכעלע און עס זעען זיך אַרויס די ציינדלעך, ציינדלעך אַזוי ווי פּערל, און עסן ווילן זיי ניט! נו, מילא! דערפֿאַר אָבער ווילן זיי שלאָפֿן, און ווי נאָר מע לייגט זיי אַוועק, אַזוי מאַכן זיי צו די אייגעלעך. אַ געזונט זיי אין די קעפּעלעך! סטעלאַ האָט זייער גרויס פֿאַרגעניגן, ווען די ליאַלקעס שלאָפֿן אײַן.
אַך, ווי ליב סטעלאַ האָט די ליאַלקעס! זי האָט געזען, אַז קיין זאַך זאָל די ליאַלקעס ניט פֿעלן. די ליאַלקעס האָבן בײַ איר געטראָגן די שענסטע און די בעסטע קליידעלעך און פּעלערינקעלעך און היטעלעך און זײַדענע זעקעלעך און שיכעלעך און לאַקירטן לעדער. הײַנט האָט יעדע ליאַלקע געהאַט אַ באַזונדער בעטעלע וווּ צו שלאָפֿן און אַ באַזונדער וועגעלע אין וואָס אַרומצופֿאָרן.
ווען סטעלאַ פֿלעגט גיין שפּאַצירן, פֿלעגט זי מיט זיך נעמען אַ ליאַלקע אין וועגעלע אַרומפֿירן זי. יעדעס מאָל אַן אַנדער ליאַלקע: איין מאָל בעבעלען, אַ צווייט מאָל — העזעלען, אַ דריט מאָל — שרעטעלען, אַ פֿערט מאָל — וועווערקען, אַ פֿינפֿט מאָל — קעצעלען, און אַזוי ווײַטער. יעדעס מאָל פֿלעגט סטעלאַ אויסרופֿן מיט איר זיס קולכעלע:
— ווער גייט מיט מיר הײַנט שפּאַצירן? יענע וועל איך אין וועגעלע פֿירן!
די ליאַלקעס פֿלעגן שווײַגן און שמײכלען, ווי תּמיד. און סטעלאַ פֿלעגט זאָגן:
— נו, דו בעבעלע וועסט גיין!
אָדער:
— דו העזעלע וועסט גיין!
און אַזוי אַלע מאָל.
איינמאָל איז סטעלאַ אַוועק מיט איר מאַמען צום ים באָדן זיך. האָט זי מיט זיך גענומען אויך אַ ליאַלקע. זי האָט אַ לאַנגע צײַט געטראַכט, וועלכע ליאַלקע צו נעמען, ביז זי האָט אָפּגעמאַכט צו נעמען די בלאָנדע העזעלע, און זי האָט אָנגעזאָגט די איבעריקע ליאַלקעס, אַז זיי זאָלן ניט וויינען, זי וועט זיי נעמען אַן אַנדערש מאָל באָדן זיך.
בײַם ים זענען געווען אַ סך מיידעלעך, אָבער קיין מיידעלע האָט מיט זיך ניט גענומען קיין ליאַלקע. סטעלאַ איז שוין געשטאַנען אין איר באָד-קאָסטיום גרייט אַרײַנצוגיין מיט איר מאַמען אין ים. איר מאַמע האָט איר געהאַלטן בײַ דער האַנט, און סטעלאַ האָט געהאַלטן איר ליאַלקע פֿאַר אַ האַנט. די ליאַלקע איז געווען אַ נאַקעטע, ווײַל סטעלאַ האָט פֿאַרגעסן אָנצוגרייטן פֿאַר איר אַ באָד-קאָסטיום. סטעלאַ האָט פֿריִער זיך אָפּגעגעסן דאָס האַרץ דערפֿון, וואָס די ליאַלקע אירע וועט זיך דאַרפֿן באָדן אַ נאַקעטע, אָבער די מאַמע האָט איר געזאָגט, אַז עס מאַכט ניט אויס, אַ ליאַלקע מעג זיך באָדן אין ים אַ הוילע.
איז סטעלאַ אַרײַן אין ים, און זי האָט זיך אַזוי דערפֿרייט, וואָס זיי באָדן זיך, אַזש זי האָט אַ פּאַטש געטאָן פֿאַר פֿרייד מיט די הענעטעלעך און האָט דערווײַל אײַנגעלאָזן די ליאַלקע. סטעלאַ אָבער האָט זיך גלײַך דערמאָנט אָן איר ליאַלקע און זי האָט זי געוואָלט צוריק כאַפּן, אָבער אַ כוואַליע איז אָנגעקומען און האָט אַ כאַפּ געטאָן די ליאַלקע און אַוועגעטראָגן זי ווײַט-ווײַט.
— מאַ! מאַ! — האָט סטעלאַ געוויינט און געשריגן — דער ים האָט צוגעכאַפּט מײַן העזעלען, ער וועט זי נאָך דערטרינקען!
— ניין, דער ים וועט ניט דערטרינקען דײַן ליאַלקע — האָט די מאַמע געטרייסט סטעלאַן — ער וועט זי דיר באַלד צוריקברענגען, און אויב ניט, וועל איך דיר קויפֿן אַן אַנדער ליאַלקע.
אָבער דער ים האָט ניט צוריקגעבראַכט העזעלען צו סטעלאַן, און סטעלאַ האָט געוויינט און אירע געזאַלצענע טרערן זענען אַרונטערגעפֿאַלן און האָבן זיך צעמישט מיט די געזאַלצענע טראָפּנס פֿון ים און זיי האָבן געבלישטשעט אויף דער זון אַזוי ווי פּערל. סטעלאַ האָט נאָך לאַנג געטראַכט וועגן דער ליאַלקע, אָבער פֿאָרנדיק צוריק אַהיים, האָט די מאַמע אויפֿן וועג געקויפֿט איר אַ נײַע ליאַלקע, אַ בלאָנדע אַזוי ווי העזעלע, און סטעלאַ האָט זיך פֿאַרגעסן אָן יענער העזעלע.
און דער ים האָט אַלץ געטראָגן יענע העזעלע און די כוואַליעס האָבן זיך מיט איר געשפּילט, ביז עס זענען אָנגעקומען די פֿישער אויף זייערע שיפֿלעך. האָבן די פֿישער פֿאַרוואָרפֿן די נעצן און געוואַרט, אַז די פֿיש זאָלן אַרײַן אין די נעצן. האָט אײן פֿישער געוואַרט און געוואַרט, און ווען ער האָט דערפֿילט, אַז זײַן נעץ איז פֿול און שווער געוואָרן, האָט ער דאָס אַ שלעפּ געטאָן, אָבער ער האָט ניט געקענט אַרויסשלעפּן אַזוי גיך. האָט זיך דער פֿישער געוווּנדערט, פֿאַרוואָס איז דאָס הײַנט אַזוי שווער, שווערער ווי אַלע מאָל? און ווען ער האָט אַרויסגעשלעפּט קוים מיט צרות דאָס נעץ פֿון ים, האָט ער דערזען, אַז אין דעם נעץ ליגן אַ סך פֿיש, אָבער אַחוץ די פֿיש איז דאָרטן אויך געלעגן אַ ליאַלקע. דאָס איז געווען טאַקע סטעלאַס העזעלע.
האָט זיך דער פֿישער דערפֿרייט מיט די סך פֿיש, אָבער נאָך מער האָט ער זיך געפֿרייט מיט דער ליאַלקע, וואָס זײַן נעץ האָט געכאַפּט, ווײַל דער פֿישער האָט געהאַט אַ מיידעלע, וואָס מען האָט זי גערופֿן בעלאַ, און בעלאַ האָט קיין ליאַלקעס ניט געהאַט, אַזוי ווי סטעלאַ.
„אָט וועל איך ברענגען מײַן בעלאַן די ליאַלקע“, האָט דער פֿישער געטראַכט, „און זי וועט האָבן מיט וואָס צו שפּילן זיך. אַי, וועט דאָס בײַ איר זײַן אַ שׂמחה“!
און דער פֿישער האָט טאַקע געטראָפֿן. די קליינע בעלאַ האָט זיך זייער דערפֿרייט מיט דער ליאַלקע, וואָס דער טאַטע האָט איר געבראַכט. בעלאַס טאַטע איז ניט געווען אַזוי רײַך. און אים איז אין קאָפּ ניט געווען צו קויפֿן בעלאַן ליאַלקעס. שטענדיק איז ער געווען פֿאַרנומען אויפֿן ים מיט די פֿיש כאַפּן.
— פּאַפּאַ! וווּ האָסטו גענומען די ליאַלקע? — האָט בעלאַ געפֿרעגט — האָסט דאָס געקויפֿט אין קראָם?
— ניין — האָט דער טאַטע געענטפֿערט — אין ים געכאַפּט.
און בעלאַ האָט זיך געוווּנדערט. זי ווייסט, אַז אין ים כאַפּט דער טאַטע נאָר פֿיש, אָבער ניט קיין ליאַלקעס, און מיט אַ מאָל נאַדיר אַ ליאַלקע!
— פּאַפּאַ — האָט זיך בעלאַ געבעטן — וועסט מיר אַלע מאָל כאַפּן ליאַלקעס.
— אויב עס וועט זיך כאַפּן — האָט דער טאַטע מיט אַ שמייכל געענטפֿערט.
און בעלאַ האָט געקוקט אויף דער ליאַלקע און זיך געוווּנדערט, ווי אַזוי קומען ליאַלקעס אין ים. און די ליאַלקע אַליין האָט געשוויגן, ווי אַלע מאָל, און האָט ניט דערציילט דעם מיידעלע בעלאַ פֿון דעם מיידעלע סטעלאַ, ווי אַזוי סטעלאַ האָט זי גענומען באָדן אין ים און זי פֿאַרלוירן און זי איז געקומען אַזוי צו שווימען צו בעלאַן.
בעלאַ האָט גערעדט און גערעדט צו דער ליאַלקע, און די ליאַלקע האָט געשוויגן, ווי זי פֿלעגט אַלע מאָל שווײַגן, אַפֿילו ווען סטעלאַ פֿלעגט צו איר רעדן. ליאַלקעס זענען שוין אַזוי געווענט, אַז מען זאָל צו זיי רעדן און רעדן, און זיי זאָלן שווײַגן. און בעלאַ האָט אויסגעפּוצט די ליאַלקע, אמת ניט אַזוי רײַך ווי בײַ סטעלאַן און ניט אַזוי שיין, אָבער פֿײַן און ריין. און בעלאַ האָט ליב געהאַט די ליאַלקע ניט ווייניקער פֿון סטעלאַן, און בעלאַ האָט גערופֿן די ליאַלקע „מײַן פֿישעלע“, ווײַל זי האָט ניט געוווּסט, אַז סטעלע האָט זי גערופֿן „העזעלע“. אָבער די ליאַלקע איז געווען אַלץ איינס צופֿרידן און האָט געשמייכלט ווי זי פֿלעגט אַלע מאָל שמייכלען. אַדרבא, מיר דוכט, אַז די ליאַלקע האָט איצט נאָך מער געדאַרפֿט זײַן צופֿרידן, ווײַל בײַ סטעלאַן איז זי געווען צווישן אַ סך ליאַלקעס און בײַ בעלאַן איז זי געווען נאָר איינע, און בעלאַ האָט דערפֿאַר נאָר מיט איר איינער פֿאַרבראַכט און נאָר מיט איר אַליין געשפּילט זיך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.