די ייִדישע קולטור־וועלט וועט באַלד אָפּמערקן דעם 120סטן יובֿל פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט פּרץ מאַרקיש. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז אויסגעפֿאַלן דער 60סטער יאָרטאָג פֿונעם טרויעריק־באַרימטן 12טן אויגוסט, ווען די סאָוועטישע רעגירונג האָט הינגעריכטעט אַ ריי באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער און קינסטלער, אַרײַנגערעכנט פּרץ מאַרקישן. לזכר דער טראַגישער יאָרצײַט האָט דער „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס‟ באַשטעלט צוויי פּרעכטיקע אַנאַמאַציע־פֿילמען, וואָס באַלעבן מאַרקישס לידער.
דעם ערשטן פֿילם האָט געשאַפֿן דזשעק פֿעלדשטיין, אַ באַרימטער אַנימאַטאָר, וואָס באַנוצט זיך מיט „נעאָן־אַנימאַציעס‟. אויף ייִדיש לייענט פֿאָר שיין בייקער מאַרקישס ליד „בראָכשטיקער‟.
אינעם צווייטן פֿילם, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן דורכן אַנימאַטאָר פּאָול פֿישער, לייענט בייקער פֿאָר פּרצס „שלאָפֿט דער מאַרק‟.
כּדי צו פֿאַרשטיין, וואָס פֿאַר אַ פּערזענלכקייט פּרץ מאַרקיש איז געווען צווישן די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז כּדאַי צו זען דעם דאָזיקן עפּיזאָד, אין וועלכן פֿרידע זאַק פֿון פּאָלאָנע, שילדערט וואָס איז געשען, ווען ער האָט באַזוכט איר קלאַס אין אַן אָרטיקער גימנאַזיע. דער פֿילם האָט געמאַכט דער „אַהיים‟־פּראָיעקט בעת אַן עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע אין אוקראַיִנע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.