Oyneg Shabes

ווי מײַן שוויגער פֿלעגט זאָגן

As my Mother-In-Law Used to Say

  • Print
  • Share Share

די אַנטװיקלונג פֿון יעדער שפּראַך קומט שטענדיק פֿאָר פֿון צװײ זײַטן — מצד דעם פֿאָלק און מצד דער אַקאַדעמיע. ייִדיש, אין דעם פֿאַל, איז ניט קײן אױסנאַם. נאָר װאָס… אין אונטערשײד פֿון אַלע אַנדערע אײראָפּעיִשע שפּראַכן, איז די ייִדישע שפּראַך־אַקאַדעמיע געגרינדעט געװאָרן מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון גוטע 5־6 הונדערט יאָר, און מיר איז אױסגעקומען נאָכצושפּירן דעם פּראָצעס פֿון אַ פֿאָנעטיש איבערניצעװען אַ פּאָר זײער באַקאַנטע און פֿאַרשפּרײטע װערטער; אײן װאָרט פֿון אַ לשון־קודש־אָפּשטאַם, און דאָס צװײטע — פֿון גערמאַנישן אָפּשטאַם. און די װערטער גופֿא זײַנען, חשבון און האָפֿענונג.

אין צפֿון־בעסאַראַביע, ניט װײַט פֿון יעדינעץ, זײַנען ביז דער מלחמה געװען צװײ דערפֿער, בראַטושאָן און אַלט־בראַטושאָן. אין בראַטושאָן האָבן געװױנט אַ סך ייִדן און אין אַלט־בראַטושאָן, אַן אוקראַיִניש דאָרף, האָבן געװױנט נאָר דרײַ ביז גאָר פֿרומע ייִדישע סוחרישע משפּחות, און צװישן זײ — די משפּחה פֿון מײַן שװיגער, זאָל זיך מיִען. אין יענע יאָרן איז רומעניש געװען די אָפֿיציעלע שפּראַך, אָבער די אײַנװױנער פֿון אַלט־בראַטושאָן האָבן גערעדט „כאָכלאַצקע‟, אַ דיאַלעקט פֿון אוקראַיִניש. אַזױ אַרום, האָבן די ייִדישע קינדער זיך געלערנט אין די רומענישע שולן, אָבער אין דער הײם האָבן זײ גערעדט נאָר ייִדיש, און אױף דער גאַס — נאָר אוקראַיִניש.

צו לײענען און שרײַבן אױף ייִדיש האָט מײַן שװיגער ניט געקענט, נאָר אױף רומעניש. אַזױ אַרום, האָט די ייִדישע אָדער העברעיִשע גראַמאַטיק ניט געקענט האָבן קײן שום דירעקטע השפּעה אױף איר אױסשפּראַך. װען די שװיגער פֿלעגט זיך צעזונגען, פֿלעגט זי אָנהײבן מיט אַ באַקאַנט לידל „װוּ ביסטו געװען, װען דאָס געלט איז געװען…‟, אָבער צו די אַלע באַקאַנטע װאַריאַנטן פֿלעגט זי צוגעבן אַן אומבאַקאַנטן רעפֿרען: „אַן אָפֿעניק האָב איך נאָך צו גאָט‟. װאָס איז דאָס אַזױנס „אַן אָפֿעניק‟, האָב איך פֿאַרשטאַנען מיט יאָרן שפּעטער, וואָס איז ניט אַנדערש װי „אַ האָפֿענונג‟. עס לײגט זיך אױפֿן שׂכל, אַז דאָס װאָרט „אָפֿעניק‟ האָט דורכגעמאַכט דעם זעלבן פּשטות־װעג, װאָס ס‘האָט דורכגעמאַכט דער נאָמען פֿון דער שטאָט לעמבערג, אױף לײַטיש מאַמע־לשון — לעמבעריק.

װען מײַן שװיגער האָט געװאָלט אונטערשטרײַכן װי גרױס איז די אינפֿלאַציע, פֿלעגט זי אַ זאָג טאָן, מיט אַ לײַכטער איראָניע: „כעזשעם יע, גראָשי נעמאַ‟ — דער חשבון איז דאָ, און געלט פֿעלט אויס. די ייִדישע שפּראַך־װיסנשאַפֿטלער האָבן תּמיד געטענהט, אַז די ענדונג „בן‟ לאָזט זיך ניט אַרױסרעדן, און זײ האָבן רעקאָמענדירט אַרױסרעדן די־אָ ענדונג װי „בם‟. דאָס פֿאָלק, אָבער, האָט פֿאָרגעלײגט אַ מער באַקװעמע פֿאָרעם, לכּל־הפּחות, פֿאַרן װאָרט „חשבון‟ (כעזשבם) — כעזשעם. גיט אַ פּרוּװ, װעט איר גלײַך דערפֿילן, װאָס איז לײַכטער. און װער װעט שױן אָפּלײקענען, אַז אָן די „כעזשעם‟־מעשׂהלעך װאָלט דער ייִדישער פֿאָלקלאָר געװען גאָר פֿאַראָרעמט.


אַ כעזשעם פֿון אַ דינסטמויד

אַ מײדל האָט אָנגענומען אַ שטעלע װי אַ דינסט בײַ אַ רײַכער באַלעבאָסטע אין אַ פֿרעמד שטעטל. װען זי איז שױן אָפּגעװען עטלעכע חדשים, זאָגט זי דער באַלעבאָסטע, אַז אַזױ װי זי האָט זיך באַקענט מיט אַ בחור און זי װיל מיט אים חתונה האָבן, בעט זי, אַז מע זאָל איר באַצאָלן װיפֿל עס קומט איר און זי װעט גלײַך אַהײם פֿאָרן. זאָגט איר די באַלעבאָסטע:

— גוט, אַזױ װי דו האָסט זיך געשטעלט דינען בײַ מיר אָנהײב יאַנואַר און איצט איז שױן סוף מײַ, קומט דיר פּונקט פֿאַר פֿינף חדשים.

‒ נײן, מאַדאַם, — מאַכט די דינסטמױד, — װען איך בין צו אײַך אָנגעקומען, האָט מײַן שװעסטער חתונה געהאַט. און מאָרגן װעט בײַ איר זײַן אַ פּדיון־הבן… איז נײַן חדשים טראָגן און אַ חודש נאָכן האָבן דאָס קינד… עס קומט מיר פֿון אײַך פּונקט פֿאַר צען חדשים.


קרבנות פֿון סערע

Yehuda Blum

אַ ייִד איז געקומען אין משוגעים־הױז צו באַזוכן זײַנעם אַ פֿרײַנד. בעט ער דעם דאָקטער, אַז יענער זאָל מיט אים מיטגײן. גײען זײ איבערן קאָרידאָר און דער ייִד דערזעט אין אַן אָפֿענעם צימער אַ מאַן זיצן אױף אַ בעטל, און שלאָגט זיך מיטן קאָפּ אין דער װאַנט, און האַלט אין אײן שרײַען: „אױ, סערע, סערע!…‟

אױף דער פֿראַגע, װאָס זאָל דאָס מײנען, האָט דער דאָקטער געענטפֿערט, אַז דער־אָ פּאַציענט איז אַ מאָל געװען פֿאַרליבט אין אַ מײדל מיטן נאָמען סערע. װען זי האָט אים אָפּגעזאָגט, מיט אַ תּירוץ, אַז זי האָט ליב אַן אַנדערן, איז ער פֿון צרות משוגע געװאָרן.

גײען זײ װײַטער און אָט — אַן אַנדער פּאַציענט שלאָגט זיך אױך מיטן קאָפּ אין דער װאַנט און שרײַט: „סערע, סערע!…‟ אַ דערשטױנטער, פֿרעגט װידער דער ייִד: „װאָס איז דאָס עפּעס?…‟ מאַכט דער דאָקטער:

— האַ, אָט דער־אָ פּאַציענט?… דאָס איז יענער בחור, װאָס האָט חתונה געהאַט מיט יענער סערע.


אין מאַיאַמי 50, מיינט 500

אַ פֿרױ האָט פֿון אַ קוראָרט אין מאַיאַמי געשיקט איר מאַן אין ניו־יאָרק אַ בריװל:

„טײַערער בענטשיק, שיק מיר גלײַך אַרױס 500 דאָלאַר, װײַל די הינט און די פֿערדלעך עסן מיר אָפּ דעם קאָפּ. דײַן געטרײַע פֿעני‟.

דער מאַן האָט איר באַלד געענטפֿערט:

„ליבע פֿענילע, ענטפֿערנדיק דיר אױף דײַן בריװ, שיק איך דיר דאָ אַ טשעק אױף 50 דאָלאַר, װי דו האָסט בײַ מיר געבעטן. נאָר עס איז מיר אַ װוּנדער, אַז אין מיאַמי לײגט מען אױס די ציפֿער 50 מיט צװײ נולן?… דײַן געטרײַער בעני.‟