Oyneg Shabes

אַ מעשׂה מיט צוועלף גזלנים

A Story with Twelve Thieves

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

אַמאָל איז אַ סוחר געפֿאָרן אין וועג מיט סחורה און געלט. זענען אים באַפֿאַלן צוועלף גזלנים און האָבן בײַ אים צוגענומען די גאַנצע סחורה מיטן געלט, און אים אַליין האָבן זיי געבונדן הענט און פֿיס און אַוועקגעשלעפּט צו זיך אַהיים אין וואַלד אַרײַן און אַרײַנגעוואָרפֿן אים אין אַ נאַסן קעלער, און געלאָזן אים אַזוי ליגן אָן עסן און אָן טרינקען.

ליגט ער אַזוי, דער סוחר, און טראַכט: וואָס וועט זײַן דער סוף מיט אים? ער וועט אַזוי אויסגיין פֿון הונגער און פֿון דאָרשט, אָדער די גזלנים וועלן אים גאָר הרגענען!

און בעת־מעשׂה זענען טאַקע די גזלנים געזעסן און האָבן געטראַכט, וואָס צו טאָן מיטן סוחר. האָבן זעקס געזאָגט, אַז מע דאַרף אים הרגענען, און זעקס האָבן געזאָגט, אַז מע דאַרף אים לאָזן אַזוי ליגן אין קעלער, ביז ער וועט שטאַרבן פֿון הונגער און דאָרשט.

האָבן די גזלנים זיך געקריגט אַ טאָג מיט אַ נאַכט, וואָס מע זאָל טאָן מיטן סוחר, און זיי האָבן ניט געקענט קומען צו קיין טאָלק. רופֿט זיך אָפּ דער עלטסטער פֿון זיי:

— שאַ, ווײסט איר גאָר וואָס? מיר וועלן פֿרעגן בײַ מײַן טאָכטער, און ווי זי וועט זאָגן, אַזוי וועט בלײַבן.

שיקט דער עלטסטער פֿון די גזלנים רופֿן זײַן טאָכטער, און זײַן טאָכטער איז געווען זייער אַ שיין מיידל, און ניט אַזוי שיין, ווי קלוג, און ניט אַזוי קלוג, ווי גוט. קומט זי צו גיין, דערציילט איר דער טאַטע, אַז עס איז אַזאַ און אַזאַ געשיכטע, און זיי ווייסן ניט, וואָס צו טאָן, און ווי זי וועט זאָגן, אַזוי וועלן זיי טאָן.

זאָגט דאָס מיידל:

— ניין, הרגענען טויג ניט. ווײַל איר וועט נאָך אײַנריכטן די הענט אין בלוט און עס קען נאָך בלײַבן אַ פֿלעק אויף אײַערע זאַכן, וועלן מענטשן דאָס דערזען, וועט מען אײַך כאַפּן און אַרײַנזעצן אין תּפֿיסה און מע וועט אײַך אַלעמען די קעפּ אַראָפּנעמען, פֿאַרוואָס איר האָט געהרגעט אַ מענטשן. בעסער לאָזט דעם סוחר בלײַבן ליגן אין קעלער אַזוי ווי ער ליגט, וועט ער אויסגיין פֿון הונגער און פֿון דאָרשט, וואָרום זי איז געווען זייער אַ גוטע און זי האָט גרויס רחמנות געהאַט אויפֿן סוחר.

און דער סוחר ליגט דאָרטן אונטן אין קעלער און וואַרט אויף זײַן ביטערן סוף. פּלוצלינג הערט ער, עס עפֿנט זיך די טיר. מײנט ער, אַז דאָס קומען שוין די גזלנים אים הרגענען. אָבער דאָס איז גאָר געווען די טאָכטער פֿון דעם עלטסטן גזלן. רופֿט זי זיך אָן צום סוחר:

— האָב קיין מורא ניט, אומגליקלעכער! דאָס בין איך, די טאָכטער פֿון דעם עלטסטן גזלן, און איך בין געקומען ראַטעווען דיך פֿון טויט.

און דאָס מיידל האָט אים דערציילט אַלץ, ווי ס׳איז געווען, אַז עס איז געבליבן, ער זאָל ליגן אין קעלער, ביז ער וועט אויסגיין פֿון הונגער און דאָרשט, און דערנאָך, אַז ער וועט שטאַרבן, וועט מען אים נעמען און באַגראָבן. אָבער זי וועט שוין זען, אַז ער זאָל ניט שטאַרבן. זי ווייסט שוין, וואָס צו טאָן. זאָל ער נאָר ליגן און שווײַגן.

האָט דאָס מיידל פֿאַנאַנדערגעבונדן דעם סוחר זײַנע הענט און פֿיס און האָט אים געגעבן עסן און טרינקען, און אַזוי האָט זי אים אַלע טעג אַרונטערגעבראַכט עסן און טרינקען, און די גזלנים האָבן דערפֿון גאָרניט געוווּסט.

איין מאָל רופֿט זיך אָפּ דער עלטסטער גזלן צו זײַן טאָכטער:

— גיי אַרונטער, מײַן טאָכטער, און זע, וואָס הערט זיך דאָרטן אין קעלער מיטן סוחר, צי ער לעבט נאָך, אָדער ער איז געשטאָרבן.

גייט דאָס מיידל כּלומרשט אַרונטער אין קעלער און קומט גלײַך צוריק און זאָגט צום טאַטן:

— ער איז שוין געשטאָרבן.

זאָגט דער עלטסטער גזלן:

— נו, אויב אַזוי, דאַרף מען צונויפֿקלײַבן אַלע גזלנים און מע דאַרף אים באַגראָבן.

זאָגט דאָס מיידל:

— טאַטע, צו וואָס זאָלן זיך אַלע עסקן מיט אים? אַמער גיב מיר אַ פֿערד און וואָגן, וועל איך אים אַליין אַוועקפֿירן אין שטאָט אַרײַן און וועל אים דאָרטן באַגראָבן אויפֿן בית־עולם און קומען גלײַך צוריק.

רופֿט זיך אָן דער עלטסטער גזלן:

— רעכט, מײַן טאָכטער, איך זע, דו ביסט אַ בריה אַ מיידל. גיי און טו ווי דו פֿאַרשטייסט.

האָט דאָס מיידל גענומען אַ זאַק און איז אַרונטער אונטן אין קעלער און רופֿט זיך אָן צום סוחר:

— נעם גיכער און קריך אַרײַן אין זאַק און איך וועל דיך פֿאַרבינדן און אַוועקפֿירן אין שטאָט אַרײַן, כּלומרשט צו באַגראָבן דיך. אין דער אמתן אָבער וועל איך דיך דאָרטן אַרונטערלאָזן און דו וועסט זיך קענען גיין אַהיים. און איך וועל זיך אַוועקפֿאָרן צוריק, און די גזלנים וועלן מיינען, אַז איך האָב דיך באַגראָבן.

איז דער סוחר אַרײַנגעקראָכן אין זאַק און דאָס מיידל האָט אים פֿאַרבונדן און האָט אים אַרויפֿגעלייגט אויפֿן וואָגן און אַוועקגעפֿירט אין שטאָט אַרײַן.

געקומען אין שטאָט, האָט די טאָכטער פֿון דעם עלטסטן גזלן אָפּגעבונדן דעם זאַק און אַרויסגעלאָזן דעם סוחר און געהייסן אים גיין אַהיים, און אַליין האָט זי געוואָלט פֿאַרקירעווען זיך און פֿאָרן צוריק צו די גזלנים.

האָט זיך דער סוחר גענומען בעטן בײַ איר, אַז אַזאַ שיין און קלוג און גוט מיידל דאַרף ניט זײַן צווישן גזלנים, נאָר זי זאָל בעסער פֿאָרן צו אים אַהיים און התונה האָבן פֿאַר זײַן איין־איינציק זון, און עס וועט איר זײַן גוט ווי די וועלט. און דער סוחר האָט איר דערציילט, וואָס פֿאַר אַ שיינעם און קלוגן און גוטן זון ער האָט.

איז דאָס מיידל זייער געפֿעלן געוואָרן און זי איז אַוועק מיטן סוחר אַהיים און האָט חתונה געהאַט פֿאַר זײַן זון.

און דער עלטסטער פֿון די גזלנים האָט געוואַרט און געוואַרט אויף זײַן טאָכטער. זעט ער, אַז זי קומט ניט, האָט ער געשיקט די גזלנים זוכן זי. אָבער די גזלנים האָבן זי ניט געקענט געפֿינען, זענען זיי צוריקגעקומען צו זייער עלטסטן און האָבן אים געזאָגט, אַז זיי קענען ניט געפֿינען זײַן טאָכטער. איז ער אַליין אַוועק זי זוכן. האָט ער זי געזוכט און געזוכט פֿון גאַס צו גאַס און פֿון הויז צו הויז, ביז ער האָט זי געפֿונען אין דעם סוחרס הויז.

איז דער עלטסטער גזלן פֿאַרוווּנדערט געוואָרן פֿון דער גאַנצער געשיכטע, וואָרום ער האָט דאָך געמיינט, אַז דער סוחר איז לאַנג טויט און באַגראָבן. און דאָ זעט ער אים אַ לעבעדיקן און געזונטן!

האָט אים די טאָכטער אַלץ דערציילט, און זי איז אים געפֿאַלן צו די פֿיס און גענומען אים בעטן ער זאָל מער ניט צוריקגיין אין וואַלד אַרײַן צו די גזלנים, נאָר ער זאָל ווערן אויס גזלן און בלײַבן מיט איר.

און דער גזלן האָט געפֿאָלגט זײַן טאָכטער און ער איז געבליבן מיט איר, און ער איז געוואָרן אַן ערליכער מאַן, און דער סוחר האָט אים געמאַכט פֿאַר זײַנעם אַ שותּף און זיי האָבן אַלע געלעבט גליקלעך און צופֿרידן.

און די עלף גזלנים, וואָס זענען איבערגעבליבן אַליין אין וואַלד, האָט מען שפּעטער געכאַפּט און מע האָט זיי אַלעמען אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה, וווּ זיי זיצן נאָך הײַנט אויך.