איז געזעסן אַ שוואַלב אין אַ וואַרעמען נעסט, אין אַ וואַרעמען לאַנד, וווּ ס׳איז כּסדר זומער, כּסדר זומער, קיין מאָל ניט ווינטער, קיין מאָל ניט ווינטער.
וואָרעם שוואַלבן זענען אַזעלכע פֿויגלען, וואָס זיי קענען ניט פֿאַרלײַדן דעם ווינטער מיט זײַנע קעלטן, און ווי עס ווערט קאַלט אין איין לאַנד, אַזוי אַנטלויפֿן זיי אין אַן אַנדער לאַנד, וווּ ס׳איז וואַרעם.
איז געזעסן יענע שוואַלב אין איר וואַרעמען נעסט, אין דעם וואַרעמען לאַנד, וווּ ס׳איז כּסדר זומער, קיין מאָל ניט ווינטער — איז זי געזעסן און האָט זיך געטראַכט: „ווי גוט ס׳איז מיר דאָ! ווי וואַרעם ס׳איז מיר דאָ!“
און זי האָט זיך דערמאָנט אָן דעם קאַלטן לאַנד, פֿון וועלכן זי איז אַנטלאָפֿן אין איינעם מיט אַנדערע שוואַלבן. אַ סך, אַ סך, זענען זיי דעמאָלט אַנטלאָפֿן, גאַנצע מחנות, און אַלע ייִנגלעך און אַלע מיידלעך האָבן זיי באַגלייט אויף זייער ווײַטן וועג ביז אונטער דער שטאָט און די ייִנגלעך מיט די מיידלעך האָבן געזונגען:
פֿליט געזונט, פֿליט געזונט,
איבער וואַסער, איבער בריק,
איבער וועלדער, איבער פֿעלדער,
פֿליט געזונט און קומט צוריק.
און די פֿייגלעך האָבן אַלע אין כאָר אָפּגעענטפֿערט די ייִנגלעך מיט די מיידלעך:
קומען וועלן מיר צוריק
איבער וואַסער, איבער בריק,
ווען די ביימער וועלן בליִען
קומען מיר צוריק צו פֿליִען.
די שוואַלב האָט זיך דאָס אַלצדינג דערמאָנט, און זי האָט זיך פֿאַרבענקט נאָך יענע ייִנגלעך און יענע מיידלעך פֿון יענעם קאַלטן לאַנד. זיי זענען זייער גוטע ייִנגלעך און מיידלעך. שטענדיק, ווען זיי פֿלעגן עסן, פֿלעגן זיי איר עפּעס אויך געבן, אַ ברעקל אָדער צוויי. שלעכטס האָבן זיי איר קיין מאָל ניט געטאָן. נאָר איין מאָל האָט זיך געטראָפֿן, אַז אַ ייִנגל האָט זי אַרײַנגעכאַפּט אין זײַנע הענטלעך און גענומען זי קוועטשן. זי האָט אָבער גענומען פּישטשן און בעטן זיך בײַ אים, האָט ער זי אָפּגעלאָזן און ער האָט זי מער שוין ניט געטשעפּעט. אַדרבא, ווען זי פֿלעגט קומען צו פֿליִען צו זײַן הויז, פֿלעגט ער זי מכבֿד זײַן מיט גרויפּן, מיט ברעקלעך ברויט.
„וואָס טוען זיי דאָרטן איצטער, די אַלע ייִנגלעך און מיידלעך“ — האָט די שוואַלב געטראַכט — „איך וואָלט זיי וועלן זען. עס מוז נאָך דאָרטן זײַן קאַלט. נאָר וואָס האָב איך מורא? איך וועל אַוועקפֿליִען אַהין און וועל דעם פֿרילינג ברענגען, וועט דאָרטן ווערן וואַרעם און עס וועט ווידער נעמען בליִען און גרינען. איך פֿלי!“
און די שוואַלב האָט זיך גענומען פּאַקן אין וועג אַרײַן צוריק צום קאַלטן לאַנד.
האָבן דאָס דערזען די איבעריקע שוואַלבן, פֿרעגן זיי בײַ איר:
— וווּהין איז דאָס, שוועסטער?
ענטפֿערט די שוואַלב:
— צוריק אין קאַלטלאַנד, צו די ייִנגלעך און מיידלעך.
זאָגן צו איר די איבעריקע שוואַלבן:
— עס איז נאָך צו פֿרי, שוועסטער! דאָרטן מוז נאָך זײַן קאַלט.
זאָגט די שוואַלב:
— נו, וועל איך דאָרטן וואַרעם מאַכן. איך וועל אַהין דעם פֿרילינג ברענגען.
זאָגן די איבעריקע שוואַלבן:
— דו וועסט דעם פֿרילינג ברענגען? ווייסטו דען ניט, אַז איין שוואַלב קען דעם פֿרילינג ניט ברענגען? האָסט גאָרניט געהערט דערפֿון? דו וואַרטסט נאָך אַ ביסל, וועלן מיר אַלע צוזאַמען פֿליִען אַהין און דעם פֿרילינג זיי ברענגען.
אָבער די שוואַלב האָט ניט געוואָלט וואַרטן אויף די איבעריקע שוואַלבן, און זי איז אַליין אַוועקגעפֿלויגן צוריק אין קאַלטלאַנד.
נאָר גערעכט זענען געווען די איבעריקע שוואַלבן: איין שוואַלב קען טאַקע קיין פֿרילינג ניט ברענגן.
די שוואַלב איז געקומען אין קאַלטלאַנד און האָט גענומען זינגען אַ פֿרילינגס־ליד:
פֿרילינג, פֿרילינג,
פֿרי, פֿרי, פֿרי!
איך בין שוין
צוריק דאָ־הי!
האָבן די קינדער דערהערט דאָס געזאַנג, האָבן זיי אויפֿגעהויבן זייערע אויגן אין דער הייך, האָבן זיי דערזען די שוואַלב. האָבן זיי גענומען פּאַטשן מיט די הענטלעך און זינגען:
פֿרילינג, פֿרילינג,
פֿרי, פֿרי, פֿרי!
די שוואַלב איז שוין
צוריק דאָ־הי!
פֿרילינג, פֿרילינג,
איז שוין דאָ!
ווינטער, ווינטער,
מער ניטאָ!
און זיי האָבן גענומען אַראָפּוואָרפֿן פֿון זיך די מענטלעך. האָבן דאָס דערזען די מאַמעס דורך די פֿענסצטער, זענען זיי אַרויסגעלאָפֿן אויף דער גאַס און גענומען שרײַען אויף די קינדער, פֿאַרוואָס זיי האָבן אויסגעטאָן די מענטלעך.
— איר וועט זיך דאָך צוקילן! נאָך צו פֿרי אויסצוטאָן די מענטלעך.
זאָגן די קינדער:
— עס איז דאָך שוין פֿרילינג.
פֿרעגן די מאַמעס:
— ווער האָט דאָס אײַך געזאָגט?
ווײַזן אָן די קינדער מיט די פֿינגער אויף דער שוואַלב, וואָס האָט זיך פֿאַרפֿריט צו קומען.
זאָגן די מאַמעס:
— איין שוואַלב קען קיין פֿרילינג ניט מאַכן. אַז עס וועלן קומען אַ סך שוואַלבן, וועט איר דעמאָלט וויסן, קינדער, אַז עס איז פֿרילינג. די ביימער וועלן נעמען בליִען און די גראָז וועט גרינען.
האָט זיך די שוואַלב אַרומגעדרייט אין דער לופֿטן, געפֿלויגן פֿון בוים צו בוים, און די צווײַגן זענען געווען נאַקעט, און עס איז דער שוואַלב זייער אומעטיק געוואָרן.
האָט זיך די שוואַלב אַרומגעדרייט אין דער לופֿטן, געפֿלויגן פֿון בוים צו בוים, און די צווײַגן זענען געווען נאַקעט, און עס איז דער שוואַלב זייער אומעטיק געוואָרן
— די איבעריקע שוואַלבן זענען טאַקע גערעכט געווען — האָט זי צו זיך אַליין געזאָגט — איך בין טאַקע צו פֿרי געקומען, און איין שוואַלב קען קיין פֿרילינג ניט מאַכן. אַלע זאָגן אַזוי.
און דאָ האָט מיט אַמאָל אַ בלאָז געטאָן אַ קאַלטער ווינט, און אַ ציטער האָט אָנגעכאַפּט די שוואַלב, און זי האָט גענומען קוקן אין דרום־צײַט, וווּ די וואַרעמע לענדער ליגן. זי האָט געקוקט און געקוקט: אפֿשר קומען צו פֿליִען אַלע אירע שוועסטער, די איבעריקע שוואַלבן, און זיי וועלן דעם פֿרילינג ברענגען און זי דערוואַרעמען? און אונטן די קינדער זענען אויך געשטאַנען און האָבן געוואַרט אויף די איבעריקע שוואַלבן, וואָרעם זיי איז שוין מיאוס געוואָרן צו טראָגן די ווינטערדיקע זאַכן.
זיי האָבן זיך דערוואַרט.
אַלע שוואַלבן זענען געקומען צו פֿליִען און האָבן געבראַכט דעם פֿרילינג, און די זון איז וואַרעמער געוואָרן און די גראָז איז גרין געוואָרן און די ביימער האָבן גענומען בליִען, און אַלצדינג האָט אויפֿגעלעבט, און די שוואַלב, וואָס איז צו פֿרי געקומען, האָט אויך אויפֿגעלעבט, און זי האָט גענומען דרייען זיך און פֿרייען זיך און אַרומפֿליִען צוזאַמען מיט אַלע שוואַלבן, און די קינדער האָבן פֿון זיך אַראָפּגעוואָרפֿן זייערע שווערע ווינטערדיקע בגדים און האָבן זיך צעטאַנצט און צעזונגען:
פֿרילינג, פֿרילינג —
פֿריל, פֿריל, פֿריל!
קאָכט די וואַסער
אַרום מיל.
פֿרילינג, פֿרילינג —
פֿרייד צו אײַך!
לאָזט פֿאַנאַנדער
זיך דער טײַך,
און עס טראָגט
אַראָפּ דעם בריק
און מען שטעלט
אים אויף צוריק.
פֿרילינג, פֿרילינג,
קומען געסט,
און זיי מאַכן
דאָ דעם נעסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.