די גרינדער פֿון דער הײַנטיקער מדינת־ישׂראל האָבן געהאַלטן אין אײן טענהן, אַז די ייִדישע מדינה װעט דעמאָלט װערן אַן אמתע מדינה, װען זי װעט האָבן אירע אײגענע גנבֿים, זונות און פֿאַרברעכער. נו, נו, ממש אָנגעקראַקעט… איצט זוכן די מאָדערנע דרײקעפּ פֿון װאַנעט ברענגט מען קײן מדינת־ישׂראל אַ פּאָר מיליאָן אָרנטלעכע ייִדן, אַז זײ זאָלן „פּאָפּראַװען‟ די קרומע ישׂראלדיקע דעמאָגראַפֿישע סטאַטיסטיק, װײַל די פֿאַרברעכער האָבן אַ מיאוסע טבֿע צו װאַקסן װי שוועמלעך נאָכן רעגן. מיט אײן װאָרט, אײדער איר בענטשט עפּעס, גיט אַ גוטן טראַכט, צי עס איז כּדאַי צו זאָגן אַלץ, װאָס איר טראַכט, און דערצו נאָך גיט אַ קוק, צי דאָס טױערל צום הימל איז פֿעסט צוגעמאַכט, צי ניט. און בכלל, אַז מע װינטשט זיך שױן אָן אַזעלכע שײנע מעלות װי גנבֿות און זנות, װאָלט דאָך גאָר ניט געשאַט צוגעבן צו דער בקשה — לא אלינו.
* * *
מע דערצײלט, אַז אַמאָל איז אין שטעטל געקומען אַן עת־צרה, װאָס אַז מע װיל עס איבערזעצן אױף אַ לײַטיש מאַמע־לשון, רעדט מען עס אַרױס אַזױ שטיל און דערצו נאָך שאָקלט מען צו מיטן קאָפּ: אױ־װײ… אַ גרױסע טרוקעניש. אין שטעטל האָט מען גלײַך גוזר תּענית געװען און ייִדן זײַנען געקומען אין שיל אַרײַן, כּדי אױסבעטן בײַם אײבערשטן אַ ביסל רעגן.
פּלוצעם לאָזט זיך הערן אַ שטים — אַ ייִד האָט זיך צעשריִען אױף אַ קול:
— אױ, גאָטעניו… עצור את השמים ולא יהיה מטר, האַלט אָפּ די הימלען און עס זאָל ניט זײַן קײן רעגן!
עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ רעש מיט אַ טומל. די ייִדן בײזערן זיך:
— װאָס איז דאָס פֿאַר אַ תּפֿילה?!.
רופֿט זיך אָפּ דער ייִד:
— גראָבע יונגען װאָס איר זענט! איר קענט ניט דעם טײַטש פֿון דעם פּסוק. דער אמתער טײַטש דערױף איז אַזאַ: ועצור את השמים, און דו זאָלסט אױסקװעטשן די הימלען, ולא יהיה מטר, אַז עס זאָל אין זײ אַפֿילו קײן טראָפּן ניט בלײַבן…
* * *
ר’ בערעלע סאָראָקער איז אַ מאָל געפֿאָרן מיט אַ בעל־עגלה פֿון סאָראָקע קײן יאַמפּאָל. אױפֿן װעג האָבן זײ זיך אָפּגעשטעלט דאַװנען מינחה. דער בעל־עגלה האָט זיך געשטעלט דאַווענען שמונה־עשׂרה און איז אײנס און צווײ פֿאַרטיק געװאָרן. װען ר’ בערעלע סאָראָקער איז מיט דער צײַט אױסגעגאַנגען שמונה־עשׂרה, גיט ער אַ פֿרעג דעם בעל־עגלה:
— זאָג מיר, לײבקו־סערצע, װי אַזױ מאַכסטו דאָס אַזױ גיך?
— אָ, רבי־לעבן, — מאַכט דער בעל־עגלה, — זאָגט מיר, כ’בעט אײַך, װיפֿל יאָר זענט איר געגאַנגען צום דרדיקי־מלמד?
— אַ יאָר צײַט, — ענטפֿערט ר’ בערעלע.
— און איך, — מאַכט דער גליקלעכער ר’ לײבקו, — איך בין געגאַנגען צום דרדיקי־מלמד גאַנצע זיבן יאָר. נו, װער קען בעסער עבֿרי? איך צי איר?…
* * *
דרײַ ייִדן: אַ קרומער, אַ בלינדער און אַ זקן, ממש אַ „מתושלח‟, זײַנען געקומען צום רבין אַ טאָג פֿאַר יום־כּיפּור צו בעטן בײַ אים אַ היתּר, אַ דערלױבעניש ניט צו פֿאַסטן. רופֿט זיך אָן דער ערשטער, דער קרומער:
— רבי־לעבן, װי איר זעט, בין איך אַ ייִד אַ בעל־מום און איך קען ניט מאָרגן פֿאַסטן.
— גוט, — ענטפֿערט דער רבֿ, — װעסט מעגן עסן, אָבער איך װיל דיר אױפֿמערקזאַם מאַכן, אַז אַזױ רעדט ניט קײן ייִד. װען דו זאָגסט, אַז דו ביסט אַ בעל־מום, דאַרפֿסטו צוגעבן: לא עליכם.
װען דער אַלטער ייִד, דער „מתושלח‟, האָט דערהערט די װערטער פֿונעם רבין, האָט ער זיך שױן באַװאָרנט און האָט זיך געװאָנדן צום רבֿ:
— רבי־לעבן, איך בין שױן, לא עליכם, אַ ייִד אַ זקן, אַ שטיק מתושלח און איך קען ניט פֿאַסטן…
— מותּר לך, — ענטפֿערט אים דער רבֿ, — אָבער ס’איז ניט שײן אַזױ צו רעדן. מע דאַרף זאָגן: עליכם ועל בניכם.
דער בלינדער, װאָס האָט זיך שױן גוט אָנגעלערנט, איז צוגעגאַנגען צום רבין און געזאָגט:
— רבי־לעבן, איך בין אַ בלינדער, עליכם ועל בניכם, און כ’װעל ניט קענען פֿאַסטן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.