Oyneg Shabes

װײַבערישע חכמות

Womanly Wisdom

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

אַז די װײַבער זײַנען קליגער פֿון די מענער, איז אַן אַקסיאָמע, נישט קיין טעמע פֿאַר אַ דיסקוסיע. קליגער — און שױן. אָפּגערעדט. דאָס, װאָס אַ פֿרױ פֿאַרמאָגט אין דער לינקער פּיאַטע, קענען ניט צעקײַען די קליגסטע מענער מיט אײַזערנע צײן. די טשיקאַװע ייִדישע מעשׂהלעך װעגן דער פֿרױען־חכמה, װעלכע מע רופֿט זיי הײַנט „אַנעקדאָטן‟, אַנטדעקן די באַזונדערע לאָגיק פֿון דער ייִדישער פֿרױ. אַפֿילו, װען עס רעדט זיך װעגן אַ „טיפּשהװאַטער‟ פֿרױ, װערט קײן מאָל ניט איבערגעטראָטן די ליניע, נאָך װעלכער עס הײבט זיך אָן די גראָבקײט. אין ערגסטן פֿאַל, װילט זיך אַ שעפּטשע טאָן — אַ רחמנות אױף דער ייִדישער טאָכטער; אָבער בדרך־כּלל טרעפֿן מיר אַ לײַכטן הומאָר, פֿאַרקנאָטן אױף אַן אומגעריכטער און כּמעט אַבסורדאַלער רעאַקציע אױף אַ ביז גאָר פּשוטער לעבנס־סיטואַציע. די זעלבע „כעלעמער‟ תּשובֿה און אומגעריכטע אױפֿפֿירונג איז, אײגנטלעך, דער קינסטלערישער הױפּטמיטל פֿון מאָדערנעם הומאָר, סײַ שריפֿטלעכן און סײַ װיזועלן. דער ייִדישער װײַבער־הומאָר שטײט אַ ביסל אין דער זײַט פֿון די אַלגעמײנע ליטעראַרישע כּללים, אָבער נאָר מחמת דעם, וואָס ער איז שטײַף פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן משפּחה־לעבן, מיטן ייִדישן שטײגער־לעבן און מיט דער „ייִדישער צײַט‟.


אַ ראַבע קו

בײַ אַ טײַך האָט מען געפֿונען אַ דערטרונקענעם, װאָס איז לאַנג געלעגן אין װאַסער און ס’איז ניט געװען אױף אים קײן פּנים צו דערקענען. האָט דער רבֿ פֿונעם שטעטל געלאָזט אַרױסרופֿן, אַז אַלע עגונות פֿון דער געגנט, בײַ װעלכע די מענער זײַנען פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, זאָלן קומען און באַטראַכטן דעם דערטרונקענעם — אפֿשר װעט אײנע פֿון זײ דערקענען אין אים איר פֿאַרפֿאַלענעם מאַן.

קומט אײנע אַ פֿרױ מיט אַ געװײן, און יאָמערט און שרײַט, אַז דאָס איז ניט אַנדערש װי איר מאַן, װאָס איז מיט אַ שטיקל צײַט צוריק פֿאַרפֿאַלן געװאָרן. פֿרעגט מען זי, צי האָט זי עפּעס אױף אים אַ סימן?

— יאָ, ענטפֿערט די פֿרױ, — אַלע זײַנע יאָרן איז מײַנער געװען אַ שטאַמלער.

די עגונות צעלאַכן זיך.

— װאָס לאַכט עץ עפּעס, אַ?… — טוט אַ פֿרעג אײנע פֿון די עגונות אַ צװײטע, װעלכע מען האָט געהאַלטן פֿאַר אַ נאַרישער ייִדענע.

— װי זאָל איך ניט לאַכן? — ענטפֿערט יענע, — װי געפֿעלט אײַך דער שײנער סימן? װאָסי, אײן ראַבע קו איז פֿאַראַן אױף דער װעלט?


װײַבערישע און מענערישע מכּות

מאַן און װײַב זײַנען געזעסן בײַם סדר און געזאָגט פֿון דער הגדה. פּלוצעם דערמאָנט זיך דאָס װײַב, אַז זי האָט עפּעס צו טאָן אין דער קיך. זי האָט אָבער געװאָלט אױסצײלן די „מכּות‟. זאָגט איר דער מאַן:

— גײ אין קיך. איך װעל שױן אַראָפּטראָפּן די „מכּות‟ פֿון דײַן כּוס אױך…

און אַזױ האָט ער טאַקע געטאָן:

— דם פֿאַר מיר, בלוט פֿאַר מײַן װײַב, צפֿרדע פֿאַר מיר, זשאַבעס פֿאַר מײַן װײַב, כּנים פֿאַר מיר, לײַז פֿאַר מײַן װײַב…


סאָלדאַטסקע דיסקרעציע

אַ ניקאָלאַיעװער סאָלדאַט, אַ קאַנטאָניסט איז געזעסן אינעם סאָלדאַטסקע בית־המדרש און געזאָגט תּהילים. װען ער איז צוגעקומען צום קאַפּיטל נ”א: „למנצח מזמור לדוד‟, װוּ בת־שבֿע װערט דערמאָנט, שטעלט זיך דער סאָלדאַט אָפּ און גײט צו צום רבֿ און פֿרעגט אים:

— רביניו־לעבן, װער איז דאָס דער דוד, װאָס האָט געהאַט צו טאָן מיט בת־שבֿען?

— דאָס איז דוד המלך, װאָס האָט אָנגעשריבן דעם „תּהילים‟.

— טפֿו! — האָט דער קאַנטאָניסט אױסגעשפּיגן און אַװעקגעװאָרפֿן דאָס תּהילימל, — אַפֿילו אונדזערער אַ פּשוטער זעלנער קען האַלטן אַזאַ סוד אין זיך…


זי איז אַ געלינקטע

— פֿאַר װאָס ליגט דער סידורל פֿאַרקערט? — פֿרעגט מען בײַ אַ פֿרױ.

— װײַל איך בין אַ געלינקטע פֿון געבױרן.