Oyneg Shabes

קאָנפֿוצי איז שטענדיק גערעכט

Confucius is Always Right

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

אױף כינעזיש קלינגט זײַן נאָמען װי קאָן טשיאָ. ער איז געבױרן געװאָרן אין 551סטן יאָר פֿאַר דער נײַער צײַט־רעכענונג און געשטאָרבן אין 479סטן יאָר. זײַן פֿאָטער, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מיליטער־מאַן, האָט בײַ 64 יאָר זיך גענומען אַ דריטע פֿרױ, אַ נײַנצן־יאָריקע פּלגש, און איז געשטאָרבן אין גיכן נאָך דעם, װי ס׳איז געבױרן געװאָרן זײַן יורש.

צוליב די מחלוקתן צװישן די אַלמנות, איז די יונגע מוטער מיט אַ פּיצל קינד אױף די הענט אַנטלאָפֿן װאָס װײַטער פֿונעם מסוכּנעם הױף, און דער קלײנער קאָן טשיאָ, כּדי צו װערן אַ לײַט, האָט ניט געהאַט קײן אַנדער ברירה אַחוץ זיך לערנען. און אין גיכן איז ער טאַקע געװאָרן אַ לײַט — אַ באַאַמטער בײַם קיניגס הױף. צו 20 יאָר האָט קאָן טשיאָ באַקומען אַ צונאָמען „קאָן פֿו צו‟, דער לערער קאָן. אַזױ אַרום איז קאָן פֿו צו געװאָרן דער ערשטער כינעזער, װעלכער האָט באַקומען דעם אָפֿיציעלן טיטל „לערער‟. עס האָט אָבער ניט לאַנג געדױערט זײַן מלוכה־אַרבעט און דעם יונגן קלוגן טשינאָװניק איז געװאָרן ענג אױפֿן מלכס הױף און ער איז אַװעק אין דער װעלט אַרײַן.

די געשיכטע, װי באַװוּסט, איז אַ „מאָדנע מײדל‟, און ניט קוקנדיק אױף דעם, אַז קאָנפֿוצי איז קײן מאָל ניט געװען קײן רעליגיעזער טוער, זײַנען זײַנע פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען געװאָרן אין כינע אַ מין אָפֿיציעלע רעליגיע און זײַנען פּאָפּולער ביזן הײַנטיקן טאָג.

קאָנפֿוצי איז געװען אײנער פֿון די ערשטע פֿילאָסאָפֿן אױף דער װעלט, װעלכער האָט פֿאָרגעלײגט די אידעע פֿון אױפֿבױען אַ הױך־מאָראַלישע הומאַנישע געזעלשאַפֿט לױטן כּלל, „טו ניט יענעם דאָס, װאָס דו װילסט ניט, אַז יענער זאָל טאָן דיר‟.

דער אמת, אָבער, איז, אַז דעם זעלבן געדאַנק האָט מיט צװײ הונדערט יאָר פֿריִער מבֿשׂר געװען דער מענטשהײט דער ייִדישער נבֿיא ישעיהו. און בכלל, אַז מע לײגט אַרױף אױף אײן טיש די „פּרקי אָבֿות‟ און די װערק פֿונעם כינעזישן „לערער‟ קאָנפֿוצי, זעען אױס די װערק פֿון קאָנפֿוצי ניט אַנדערש װי אַ קינסטלערישע איבערזעצונג פֿון די גרונטלעכע פּרקים פֿון די „נבֿיאים‟ און תּורה שבעל־פּה, אָבער מיט אײן קלײנעם אױסנאַם — בײַ קאָנפֿוצין האָט עס בכלל נישט קיין שײַכות מיט רעליגיע. אָט איז אַן אויסקלײַב פֿון זײַנע גלײַכווערטלעך:

דרײַ װעגן פֿירן צו קענטעניש; דהײַנו — דער ייִשובֿ־הדעת־װעג איז דער סאַמע נאָבעלער; דער נאָכמאַך־װעג איז דער סאַמע גרינגער, און דער דערפֿאַרונגס־װעג איז דער סאַמע ביטערער.

װען דו האָסט עמעצן פֿײַנט, הײסט עס, אַז מע האָט דיך באַזיגט.

אין אַ מלוכה, װוּ עס הערשט אָרדענונג (געזעץ), זײַ מוטיק סײַ אין דײַנע טאַטן און סײַ אין דײַנע רײד. אין אַ מלוכה, װוּ עס הערשט אַן אומאָרדענונג, זײַ מוטיק אין דײַנע טאַטן און פֿאָרזיכטיק אין דײַנע רײד.

אין דער אמתן, איז דאָס לעבן זײער אײנפֿאַך, אָבער מיר, עקשנותדיקערהײט, הערן ניט אױף צו מאַכן עס װאָס מער קאָמפּליצירט.

אַן אײדעלער מענטש האָט טענות נאָר צו זיך אַלײן, אַ נידעריקער (געמײנער) מענטש האָט טענות צו אַנדערע.

אײדער דו גײסט אין עמעצן זיך נוקם זײַן, גראָב אױס צװײ קבֿרים.

צו באַזיגן די אײגענע מיאוסע טבֿעס קען מען נאָר הײַנט, און קײן מאָל ניט — מאָרגן.

גרױס איז ניט יענער, װאָס איז קײן מאָל ניט געפֿאַלן, נאָר יענער, װאָס איז געפֿאַלן און אױפֿגעשטאַנען.