די וואָך האָט ראָבערט גאָלדענבערג פֿון פֿאָרט־אירי, קאַנאַדע, ריכטיק געטראָפֿן, אַז דאָס זינגט מרדכי שעכטער. ס׳איז אין דער אמתן ניט קיין פֿאָלקסליד פֿון זײַן היימשטאָט, טשערנאָוויץ, נאָר פֿון מיזרח־גאַליציע, פֿונעם שטעטל ייִגאָלניצע. דאָס האָט ד״ר שעכטער זיך אויסגעלערנט פֿון ייִדישע פּליטים, בשעת ער האָט געוווינט אין ווין אין די יאָרן 1947־1950. הערט דאָס גאַנצע ליד:
מער וועגן דעם קען מען לייענען אויפֿן וועבזײַטל „ייִדיש ליד פֿון דער וואָך‟, וווּ איציק גאָטעסמאָן האָט צוגעגעבן אַ קאָמענטאַר:
איצט ברענגען מיר אײַך אַן אויסצוג ניט פֿון קיין ליד, נאָר פֿון אַ מאָנאָלאָג. ווער עס איז אַ ביסל באַקאַנט מיט דער ייִדישער קאָמעדיע וועט גרינג טרעפֿן ווער דאָס איז, אָבער ניט געפֿערלעך — עס קען ניט שאַטן!
שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם מענטש, וואָס רעדט, און פֿונעם מאָנאָלאָג, וואָס ער שפּילט, אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.