מע זאָגט, אַז הײַנטיקע קינדער זײַנען קליגער פֿון זײערע עלטערן און זײדע־באָבעס. אַ נעכטיקער טאָג. יאָ, די מאָדערנע קינדער װערן געבױרן מיט אַ מאָבילקע אין די הענטעלעך, אָבער זײער פֿעיִקײט צו דענקען איז גאָר ניט העכער פֿון דער, װאָס איז געװען מיט הונדערט און צװײ הונדערט יאָר צוריק. דער בעסטער באַװײַז צו דער־אָ מסקנא זײַנען די פֿאָלקס־רעטענישן.
ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז די טעמאַטיק און דער בױ פֿון די ייִדישע רעטענישן זענען געקניפּט און געבונדן מיטן ייִדישן שטײגער־לעבן, דערציִונג־און בילדונגס־סיסטעמען אין דער אָדער אַנדערער געגנט. אין דער צײַט פֿון מײַנע קינדער־יאָרן װאָלט קײן אײן קינד פֿון אונדזער שטעטל ניט געקענט טרעפֿן דעם ריכטיקן ענטפֿער אױף אַ פּשוט רעטעניש, װאָס איז געװען גאָר אײנפֿאַך פֿאַר די ייִדישע קינדער מיט הונדערט יאָר צוריק. דהײַנו: „אין מיטן מאַרק שטײט אַ מענטש. װען מע גיט אים אַ שלום־עליכם, װײנט ער‟. דער ענטפֿער איז זײער אַ פּשוטער — אַ פּלומפּ.
בײַ אונדז אין שטעטל איז אױפֿן מאַרק ניט געװען קײן פּלומפּ, אַזױ װי צום בײַשפּיל, אין פּױלן און אַנדערע אײראָפּעיִשע לענדער, אונדזער מאַרק איז געװען בײַם טײַך, און דאָס װאַסער פֿלעגט מען שעפּן פֿון אַ לױטערן ברונעם אָדער פֿון אַ קערניצע. אַזױ אַרום, פֿון דער־אָ „שילדערונג‟ קען מען פֿאַרשטײן, אַז אַן ענטפֿער אױף אַ רעטעניש איז האַרט פֿאַרבונדן מיט דער אַרומיקער סבֿיבֿה און מיטן זע־זכּרון פֿון דעם, בײַ װעמען מע פֿרעגט. אָבער, אַלגעמײן גערעדט, אַ ביסל שׂכל האָט נאָך קײנעם ניט געשאַט.
אַ טײל פֿון די פֿאָלקס־רעטענישן זײַנען פֿאַראײביקט געװאָרן אין אַ לידל מיט אַ שײנעם ניגון, און אפֿשר די סאַמע פּאָפּולערסטע איז דאָס לידל „טום־באַלאַלײַקע‟, װאָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ טעאַטראַליש געקלײדט רעטעניש, און אין אײנעם פֿון די טעקסט־װאַריאַנטן שטײט גלײַך געשריבן:
דו, מײדעלע, דו, שײנס, מײדעלע דו פֿײַנס,
איך װיל דיך עפּעס פֿרעגן אַ רעטעניש אַ פֿײַנס:
װאָס איז העכער פֿון אַ הױז,
װאָס איז פֿלינקער פֿון אַ מױז?
דער ענטפֿער פֿונעם מײדל איז זײער אינטערעסאַנט, און קלינגט װי אַ שאָװיניסטישער באַפֿאַל פֿון אַ פֿעמיניסטישער אַקטיװיסטקע:
נאַרישער בחור, נאַרישער טראָפּ,
דו האָסט ניט קײן שׂכל אין דײַן קאָפּ.
דער רױך איז העכער פֿון אַ הױז,
אַ קאַץ איז פֿלינקער פֿון אַ מױז.
אַן אָריגינעלן ייִדישן נוסח פֿון דעם זעלבן רעטעניש מיט אַ פּאָר פֿאַרשײדענע אָביעקטן (אינעם לידל האָבן מיר צװײ – הױז און מױז) געפֿינען מיר אין אַ רעטעניש פֿאַר די חדר־קינדער:
אַ גראָבע מאַמע,
אַ רױטער טאַטע,
אַ הױכער זון,
אַ משוגענע טאָכטער.
דער ענטפֿער, ס’פֿאַרשטײט זיך, איז — אַ קױמען, פֿײַער, רױך און װינט. איך בין זיכער, אַז דער לײענער האָט תּיכּף באַמערקט אַ געװיסע קאָמישקײט אינעם געשלעכט פֿון די סובסטאַנטיװן; אינעם געשלעכט־באַנוץ שטעקט אַ ליטװאַק, דהײַנו, די קױמען, דער פֿײַער, דער רױך און די װינט. עס קען אױך זײַן, אַז דאָס־אָ רעטעניש איז אַ געניטונג אין פֿאַרברײטערן דעם קינדער־לעקסיקאָן אין לשון־קודש, מיט אַ פּראָיעקציע אױפֿן גראַמאַטישן געשלעכט אין ייִדיש: קױמען — די ארובה, פֿלאַם — דער להבֿ, רױך — דער עשן, װינט — די רוח. אַזױ אַרום, אין דעם־אָ כּאילו פּשוטן רעטעניש פֿאַר חדר־קינדער, שטעקן גאַנצע צװײ קשיות: די אײנפֿאַכע — װאָס איז אַזױנס „אַ גראָבע מאַמע, אַ רױטער טאַטע אאַ”װ‟, װי אױך — טײַערע קינדער, פֿון װאַנען שטאַמט דאָס רעטעניש? אַזױ צי אַנדערש, אָבער די אױסערגעװײנטלעכע בילדערישקייט פֿונעם רעטעניש איז טאַקע אַן אמת קונסטשטיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.