Oyneg Shabes

הויף־חבֿרים

Neighborhood Friends

פֿון איציק קיפּניס

  • Print
  • Share Share
M. Epstein
שטעלט זיך קעצעלע אויף הינטעלע, חזירל אויף קעצעלע.

דרײַ חבֿרים האָט מאָטעלע אין הויף געהאַט:

קעצעלע מורע,
חזירל בורער
און הינטעלע האַוו.

איין מאָל, נאָך אַ גרויסן רעגן, איז מאָטעלע אַרויס אין הויף. די חבֿרים זײַנען אים אַנטקעגן געקומען.

קריכן די קינדערלעך אין קאַלוזשעס ביז די קני און מעסטן וואָסערע איז טיפֿער, נאָר קעצעלע מורע קריכט ניט. זי זשאַלעוועט אירע סאַמעטענע לאַפּקעלעך אין וואַסער נעצן.

קלערט זיך אָן מאָטעלע אַ שיף בויען. די קינדערלעך איז דאָס ווויל געפֿעלן. האָט גענומען הינטעלע מיט חזירלען אַ טײַך האַטען, קעצעלע מיט די נעגעלעך שטרוי שאַרן און מאָטעלע האָט פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און זיך גענומען די שיף בויען. געמאַכט די שיף פֿון פּאַפּיר און פֿון שטרוי, גייט אָן האָן־גאַלאַגאַן, טוט אַ קריי — קערט זיך איבער די שיף און צעפֿאַלט זיך.

— ע, — זאָגן די קינדערלעך, — ביסט אַזאַ קונצן־מאַכער? וועלן מיר פֿון דיר אַוועקגיין.

שטייט אויפֿן הויף אַ בויד אַן אויסגענעצטע און טריקנט זיך אויף דער זון.

שטעלט זיך קעצעלע אויף הינטעלע, חזירל אויף קעצעלע און מאָטעלע דערלאַנגט אים אַ האַנט. אַבי חזירל איז אַרויף, האָט זיך קעצעלע אַרויפֿגעדראַפּעט און הינטעלע איז אַרויפֿגעשפּרונגען. דאָ וועט זיך שוין האָן־גאַלאַגאַן ניט אַרײַנמישן. שפּילן זיך די קינדער און זעען גאָרניט, אַז די בויד איז פֿון הויף אַרויסגעפֿאָרן. אָפּגעפֿאָרן אַ גאַס און צוויי, און זיי ווייסן אַלץ ניט. פֿאָרט דורך די בויד פֿאַרבײַ אַ קלויסטער, גענומען דער קלויסטער קלינגען. די קינדערלעך קוקן זיך אום: וווּ זײַנען זיי?

— מאַ־מע! — האָבן אַלע קינדערלעך אין איין קול אויסגעשריִען.

דערהערט דער פֿורמאַן, עמעצער איז דאָ אויף דער בויד, האָט ער גענומען, איינציקווײַז די קינדערלעך אויף דער ערד אַראָפּגעלאָזן און איז אַוועקגעפֿאָרן.

די קינדערלעך האָבן זיך פֿאַרקוקט אויף די פֿורן, אויף די מענטשן, אַנטשוויגן געוואָרן אויף אַ רגע. און באַלד זיך דערמאָנט, צוריק גענומען וויינען אויף אַ קול, וואָס אַ מאָל שטאַרקער.

גייט אַקוראַט אַ ייִנגעלע פֿון חדר. דערזען קינדערלעך וויינען, לויפֿט ער אַוועק און ברענגט זײַן מאַמע.

M. Epstein
די קינדערלעך אויף דער ערד אַראָפּגעלאָזט און אַוועקגעפֿאָרן…

פֿרעגט דעם ייִנגעלעס מאַמע מאָטעלען:

— וועמעס ביסטו, ייִנגעלע?

— דער מאַמעס, — זאָגט מאָטעלע.

פֿרעגט זי חזירלען:

— וועמעס ביסטו? — דער מאַמעס…

הינטעלען:

— וועמעס ביסטו? — דער מאַמעס…

קעצעלען:

וועמעס ביסטו? — דער מאַמעס…

זאָגט דעם ייִנגעלעס מאַמע:

— וויינט ניט, קינדערלעך, קומט, בײַ מיר אין קלייט איז פֿאַראַן שיינע זאַכן. קלײַבט זיך אויס וואָס איר ווילט — וועל איך אײַך געבן.

זאָגט מאָטעלע — ער וויל אַ רויט העמדעלע מיט אַ זײַדן גאַרטעלע. נעמט דעם ייִנגעלעס מאַמע אַראָפּ פֿון פּאָליצע אַ רויט העמדעלע, טוט אָן מאָטעלען, פֿאַרבינדט מיט אַ זײַדן גאַרטעלע און לייגט אים נאָך אַרײַן אין קעשענע אַ ניסעלע.

זאָגט חזירל — ער וויל אַ פּאָר שטיוועלעך אויף קריכן אין בלאָטע.

נעמט אַראָפּ דעם ייִנגעלעס מאַמע פֿון שטאַנג אַ פּאָר שטיוועלעך, טוט אים אָן און גיט אים נאָך אַ האַרטע צוקערקע אויף כראָמטשען.

זאָגט קעצעלע — זי וויל אַ פּאָר ברילן. מעשׂהלעך וועט זי לייענען.

נעמט דעם ייִנגעלעס מאַמע פֿון אַ שיידל אַ פּאָר ברילן אַרויס, פֿאַרשטעקט דעם קעצעלע פֿאַר די אויערלעך און פֿאַר פֿלײַסיקייט טוט זי דעם נאָך אָן אַ טשיפּיקל.

און הינטעלע קלערט און קלערט.

ער וויל אַ היטעלע מיט אַ גלאַנציקן דאַשיק.

M. Epstein

נעמט אַרויס דעם ייִנגעלעס מאַמע פֿון אַ פּודל אַ היטעלע מיט אַ גלאַנציקן דאַשיק, לייגט אים אַרויף צווישן די אויערלעך אויפֿן קאָפּ און טוט נאָך אים אָן אויפֿן האַלדז אַ לעדערן פּאַסיקל מיט אַ גלעקעלע און זאָגט:

— הײַנט זײַט איר וווילע קינדער, וואָס איר וויינט ניט. נעמט זיך פֿאַר די הענט און גייט צו אײַערע מאַמעס.

האָבן די קינדערלעך געגעבן נאָך אַ קוק אויפֿן ייִנגעלע מיט זײַן מאַמען, פֿאַרקערט זיך צו טיר און אַוועקגעלאָפֿן אַהיים.

גייט מאָטעלעס מאַמע אָן אַקעגן און דערקענט ניט. זאָגט זי צו זיי:

— קינדערלעך, אפֿשר האָט איר געזען מײַן מאָטעלען?

צעלאַכט זיך מאָטעלע.

— אָט בין איך דאָך, מאַמע!

— טאַקע? — זאָגט די מאַמע, — וווּ זשע האָסטו אַ העמדעלע גענומען מיט אַ קוטאַסל?

דערציילט מאָטעלע: אַזוי און אַזוי, דעם ייִנגעלעס מאַמע האָט אַ מתּנה געגעבן.

גייט חזירטע און רעדט צו זיך אַליין:

— פֿון צוועלף קינדער מײַנע דער שענסטער און דער קליגסטער ניטאָ.

באַגעגנט זי די קינדערלעך און דערקענט ניט.

— קינדערלעך, — זאָגט זי, — אפֿשר האָט איר געזען וווּ חזירל בורן?

צעלאַכט זיך חזירל:

— מאַמע, אָט בין איך דאָך!

— טאַקע? און ווער האָט דיר שטיוועלעך אָנגעטאָן?

דערציילט חזירל: אַזוי און אַזוי, דעם ייִנגעלעס מאַמע האָט אַ מתּנה געגעבן.

גייט קאַץ אַלטע, דעם עק אַראָפּגעלאָזט און פֿאַרזאָרגט. באַגעגנט די קינדערלעך, דערקענט זי ניט.

— קינדערלעך, אפֿשר האָט איר ערגעץ געזען קעצעלע מורע?

צעלאַכט זיך קעצעלע:

מיאַו, מאַמע, אָט בין איך דאָך!

— טאַקע? און וואָס פֿאַר אַ ברילן מיט אַ טשיפּיקל טראָגסטו?

דערציילט קעצעלע: אַזוי און אַזוי, דעם ייִנגעלעס מאַמע האָט אַ מתּנה געגעבן.

גייט הינטיכע פֿאַרזאָרגט: פֿון פֿינף קינדער איינער געבליבן און דער שוין אויך ניט געסטײַעט.

באַגעגנט קינדערלעך גיין, דערקענט זי ניט.

— קינדערלעך, אפֿשר האָט איר געזען צי באַגעגנט וווּ הינטעלען האַוו?

צעלאַכט זיך הינטעלע:

אָט בין איך דאָך, מאַמע!

— טאַקע? וווּ זשע האָסטו אַ היטעלע גענומען און אַ פּאַסיקל מיט אַ גלעקל?

דערציילט הינטעלע: האַוו און האָוו, דעם ייִנגעלעס מאַמע האָט אַ מתּנה געגעבן.

אויף מאָרגן אין דער פֿרי זײַנען די קינדערלעך פֿאַרפּוצטע אין הויף אַרויס און געטראָפֿן האָן־גאַלאַגאַן שאַרן מיט די לאַנגע פֿיס דעם מיסט.

האָבן זיי אים דערציילט, וווּ זיי זײַנען געווען און וואָס זיי האָבן געזען. האָט זיי האָן־גאַלאַגאַן מקנא געווען.