Oyneg Shabes

ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

  • Print
  • Share Share

די וואָך האָט ר׳ אליעזר ניבאָרסקי פֿון ירושלים געטראָפֿן אונדזער ליד — שוין צום דריטן מאָל! דאָס איז אַ פֿאָלקסליד „שוואַרצע קאַרשעלעך‟, געזונגען פֿון בן־ציון וויטלער אויפֿן וואַרשעווער דיאַלעקט. אָט הערט אַ לענגערן אויסצוג פֿונעם ליד:

מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ קונסטליד, כאָטש עס האַנדלט פֿונעם טראַדיציאָנעלן לעבן. דער (אָדער די?) זינגער(ין) האָט אַ ווייך קול ווי אַ דימענט. דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם ליד, קאָמפּאָזיטער, זינגער אאַז”וו, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.