Oyneg Shabes

װער קען צײלן, װער קען רײצן?...

Who Can Count, Who Can Provoke?...

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

דאָס אַלטע גלײבעכץ, אַז אַלע ייִדישע קינדער װערן געבױרן מיט אַ פֿידל אין די הענט אָדער מיט אַ מאַטעמאַטיק־ענציקלאָפּעדיע אין קאָפּ, איז פֿון לאַנג פֿאַרשימלט געװאָרן, און געבליבן נאָר װי אַ רודימענט אין די אַנטיסעמיטישע פּאַשקװילן. הײַנטיקע טעג, גאָט צו דאַנקען, פֿאַרשטײען אַפֿילו די ייִדן אַלײן, אַז די ייִדישע קינדער זײַנען ניט מער װי קינדער. נאָר װאָס? די קאָלעקטיװע מינדלעכע שאַפֿונג פֿון די ייִדישע קינדער, באַזונדערס מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר צוריק, איז געװען אַנדערש װי די קאָלעקטיװע מינדלעכע שאַפֿונגען פֿון די ניט־ייִדישע, װײַל ס’רובֿ ייִדישע קינדער האָבן געשאַפֿן אין די ראַמען פֿון די ייִדישע לערן־אינסטיטוציעס, דהײַנו, חדרים און ישיבֿות. מיך פּערזענלעך, נאָך מיט יאָרן צוריק, האָבן באַצױבערט און צוגעצױגן צו זיך די קינדער־צײלענישן און די אַבסורדישע, אָבער זײער שײן אױסגעבױטע רײצלקעס. אַ באַזונדערע טעמע איז די רעטענישן. די אַבסורדישע צײלענישן אַנטװיקלען דאָס אַבסטראַקטע דענקען פֿון אַ קינד, און די רעטענישן — דאָס לאָגיש־מעטאַפֿאָרישע דענקען. הײַנטיקע טעג, װען דאָס קינד באַקענט זיך מיט דער װעלט דורך אַ מאָבילקע אָדער אַ „טאַבלעטקע‟, װערן אין גאַנצן פֿאַרגעסן די אַלטע ייִדישע צײלענישן און רײצלקעס, פּונקט אַזױ װי עס װערן נעלם די גאַס־און הױף־שפּילן. אָבער, ניט אַלץ װאָס איז אַלט, װערט פֿאַרשימלט…

* * *

דרײַ סאָלדאַטן,
פֿיר גובערנאַטן
זײַנען געזעסן אַ האַלבע נאַכט —
זײ האָבן ס’לידל אױסגעטראַכט:
דינע, מאַרע,
טשאָפּטשע פּאַרע,
קאָטשע ראַבע,
מאָנקיטאַבע.
גלין, גליאָן,
רױע זאָמב.

* * *

אַנדע, באַנדע,
פֿערד און װאָגן…
איטשעלע ז’געגאַנגען
צום רבי קלאָגן.
פֿון רבֿ ביז צו דער יאַטקע,
פֿון דער יאַטקע
ביז צו דער מאַטקע.
ברי, ברי, ביר,
ברען, ברען, בראָנפֿן,
באַק, באַק ברױט…
אַז מע שטאַרבט, איז מען טױט.
ליכטלעך, ליכטלעך אין דער זײַט —
גאָלד און זילבער לאָזט מען שטײן,
אַז מע רופֿט,
מוז מען גײן.

* * *

ראַם יאַ װיסאַ
ראַם יאַ װיסאַ,
איסאַ איסאַ נאָ,
סאַקראַמינטאַ סאָ.
סאַקראַמינטאַ סיקאַ סאָ.
ען, בען, ראָ.

* * *

אַפּו יאַנע
קוסע קאַנע.
שלמה ראַטע,
קערע מאַטע.
אים, בים, שליטן אַרים.
קניס, קנאַס, קנוס…
קומט דער קאָװאַל
אין שטאָט אַרײַן,
צײלט ער די טשװעקלעך
אין קעסטל אַרײַן.

* * *

ענטראַ,
מענטראַ,
מיטעראָװאַטש,
געלע שאָלן לאַרנעראָװאַטש.
קומט ער יאָ,
קומט ער נישט,
ליגט דער קאַנטשיק אױפֿן טיש.
זאָגט די קאַץ:
מי נימאַ מאַנאַ,
ליבע פֿרומע פֿרױ.

פֿאַר אײן עונג־שבת, מײן איך, איז גענוג. איװדע װאָך, מירצעשעם, װעלן מיר זיך באַקענען מיט אַ פּאָר זײער אינטערעסאַנטע רעטענישן.