Oyneg Shabes

ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

  • Print
  • Share Share

די וואָך האָט פּראָפֿ’ דובֿ־בער קערלער געטראָפֿן דאָס ליד: „טעלעבענדע האָט אַ ווײַב‟, געזונגען פֿון גאָס גאָלדשטיין, און רעקאָרדירט אין אַמעריקע אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. עטלעכע לידער זײַנע האָבן צו טאָן מיטן קאַמף פֿון די דעמאָלטיקע „סופֿראַזשיסטקעס‟ צו באַקומען פֿאַר פֿרויען דאָס רעכט צו שטימען אין די וואַלן — וואָס איז ערשט געשען אין 1920, ווען דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט אָנגענומען דעם 20סטן אַמענדמענט צו דער קאָנסטיטוציע. אָט קענט איר הערן נאָך לידער גאָלדשטיינס פֿון דעם מין:

https://rsa.fau.edu/album/36956

מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ היסטאָריש ליד (כאָטש ניט אַזוי אַלט ווי גאָס גאָלדשטיין), געזונגען אינעם חזנישן סטיל, אָבער — פֿון אַ פֿרוי. דער ערשטער, וואָס טרעפֿט ריכטיק דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָניסט, און זינגער, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.