מיט אַ האַלבן יובֿל צוריק בין איך געזעסן אינעם רעװאָלוציאָנערן בוקאַרעשט און געשריבן אַ פֿרײלעכן ראָמאַן, „בירגער פּיפּיק‟. אַרױסצוגײן אין דרױסן איז געװען אַ סכּנת־נפֿשות און מײַן ייִדישע נשמה האָט געפֿאָדערט „װאָס מער לעבן און לאַכן‟. און װאָס קען זײַן פֿרײלעכער װי צו זײַן אין אַ קאָמפּאַניע שמוגלער, דרײקעפּ, גנבֿים און פֿרײלעכע מײדלעך. אַזױ איז געבױרן געװאָרן דער בירגער פֿיפֿיק, אָדער פּיפּיק, גײ װײס… טרױעריק פֿון אױסן און פֿרײלעך אינעװײניק.
פֿון יענער צײַט זײַנען בײַ מיר געבליבן הונדערטער מעשׂהלעך און נאָטיצן װעגן די פֿרײלעכע חבֿרהניקעס, אַ טײל פֿון װעלכע זײַנען געװאָרן די העלדן פֿון מײַן ראָמאַן. אָבער ניט דאָס בין איך אױסן; דעמאָלט האָט מיך זײער פֿאַרחידושט, אַז פֿון דער מנה־יפֿה פֿרײלעכע פֿאָלקס־פּערסאָנאַזשן, זײַנען בלויז די אַנעקדאָטן װעגן נאָטע גנבֿ ניט נאָר ניט קײן פֿרײלעכע, נאָר אַפֿילו ניט קײן שאַרפֿזיניקע. דאָס רובֿ מעשׂהלעך װעגן נאָטע גנבֿ זײַנען געזאַמלט געװאָרן און פֿאַרשריבן מיט גוטע הונדערט יאָר צוריק, נאָך פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה, און ס’װײַזט אױס, אַז מײַן קאָפּ דעריאָגט ניט און באַנעמט ניט דעם ספּעציפֿישן הומאָר װעגן נאָטע גנבֿ. װאָס איז די סיבה פֿון אַזאַ באַזונדערן צוגאַנג צו נאָטע גנבֿ װײס איך ניט, נאָר… מע קען דען זײַן אַ חכם?…
נאָטע גנבֿ איז געװען מאָגער און דין, װײַל ער האָט געמוזט אַדורכקריכן דורך אַלע שפּאַרונעס.
פֿאַר נאָטע גנבֿ איז געװען נאָר אײן באַװאָרעניש — אַ װאַנט, װײַל דעם גרעסטן און שטאַרקסטן שלאָס האָט ער באַלד אױפֿגעמאַכט.
נאָטע גנבֿ האָט קײן מאָל ניט געמאַכט קײן פּאָדקאָפּ (אונטערגראָבונג) מיט אַ לאָפּעטע, נאָר ער האָט זיך אַרײַנגעלײגט מיט די פֿיס און האָט אַזױ לאַנג געשטופּט, ביז װאַנען עס איז געװאָרן אַ לאָך.
אַז נאָטע האָט געגנבֿעט, האָט ער די גנבֿה ניט באַהאַלטן, נאָר זי באַלד פֿאַרפּאַסט.
נאָטע גנבֿ האָט קײן מאָל ניט אױפֿגעהאַקט קײן שלאָס, נאָר — צעבראָכן.
נאָטע גנבֿ האָט ניט געלערנט זײַנע קינדער גנבֿענען, זײ האָבן עס שױן אַלײן געקענט.
נאָטע גנבֿ האָט איבערגעלאָזט אַ צװאה, אַז אַ קעשענע־גנבֿ מוז פֿריִער זיך אױסלערנען כאַפּן פֿליגן, און אַז ער װעט שױן קענען גוט כאַפּן פֿליגן, מעג ער שױן גײן גנבֿענען.
נאָטע גנבֿ האָט זיך געװעט מיט אַ פּריץ אױף פֿינף הונדערט גילדן, אַז ער װעט בײַ אים אַרױסגנבֿענען זײַנע פֿערד. די פֿערד זײַנען געװען אַ פּאָר שײנע פֿערד, אַ פּאָר קאַרע פֿערד. האָט דער פּריץ אַװעקגעשטעלט בײַ די פֿערד אַ פּאָר חבֿרה — צװײ אין שטאַל און צװײ אין דרױסן. געװעט האָט זיך נאָטע זונטיק; דאָנערשטיק בײַ נאַכט האָט ער די פֿערד אַרױסגעגנבֿעט, און פֿרײַטיק אין דער פֿרי איז ער געקומען מיט די פֿערד צום פּריץ און האָט פֿאַרלאַנגט די פֿינף הונדערט גילדן.
װי נאָר דער פּריץ האָט דערזען נאָטען מיט זײַנע פֿערד, האָט ער געזאָגט: „יאָ, דו קריגסט דאָס געלט, נאָר זאָג מיר װי אַזױ האָסטו זײ געקענט אַרױסגנבֿענען, װען פֿיר געזונטע שומרים האָבן זײ געהיט טאָג און נאַכט?‟ האָט אים נאָטע דערױף געענטפֿערט: „זאָגן טאָר איך נישט, נאָר פֿרעג דײַנע כלאָפּעס, װאָס האָבן זײ געהיט?‟ האָט דער פּריץ זײ געפֿרעגט. האָבן יענע געענטפֿערט: „ווען ער איז אַרײַנגעקומען אין שטאַל אַרײַן, האָבן מיר געזען, נאָר װען און װי אַזױ איז ער אַװעק, װײסן מיר נישט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.