די וואָך האָט מרים־חיה סגל געטראָפֿן אונדזער ליד: „איך בענק אַהיים‟, מיט מוזיק פֿון יוסף רומשינסקי און ווערטער פֿון לודוויג זאַץ, דאָ געזונגען פֿון גאָלדעלע מאַלאַווסקי. גאָלדעלע פֿלעגט זינגען מיט אירע ברידער און שוועסער אינעם „מאַלאַווסקי משפּחה־כאָר‟, אָנגעפֿירט פֿון איר טאַטן, דעם באַקאַנטן חזן שמואל מאַלאַווסקי. זי האָט אויך געזונגען אין אַן אַנסאַמבל מיט אירע דרײַ שוועסטער, ווי די „פֿיר חזנטעס‟. הערט דאָס גאַנצע ליד:
מיר ברענגען אײַך נאָך אַן אויסצוג פֿון אַ היסטאָריש ליד, וואָס קען מאַכן דעם צוהערער פֿאַר אַ גרויסן פּאַטריאָט פֿון אַמעריקע. דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָניסט, און זינגער, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com.
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.