װאָס מער איך לײען װעגן אַלבערט אײַנשטײן, און װאָס מער טשיקאַװעסן אַנטפּלעק איך אין די אומצאָליקע „מאַנסעס‟ װעגן דעם „געניאַלן טשודאַק‟, אַלץ מער פֿאַרשטײ איך, אַז די װעלט האַלט אין אײן בענקען נאָך אַזאַ גרױסער פּערזענלעכקײט, װי ר’ אַלבערט איז געװען. די לעצטע צײַט האָב איך אַפֿילו באַשלאָסן פֿאַר זיך אַלײן, אַז מיך אַרט ניט צי די אָדער יענע „מאַנסע‟ איז אַן אמתע אָדער זי איז אַ מנה־יפֿה אױסגעטראַכטע פּליאָטקע, װײַל װער האָט צײַט און חשק צו טרײַבן רכילות װעגן אַ נישטיקן קנאַקער. און איר װײסט דאָך אַלײן, אַז די פּליאָטקעס זײַנען אַ מאָל אַ סך אינטערעסאַנטער פֿון דער װירקלעכקײט.
◆ מע דערצײלט, אַז אַ מאָל האָט אַלבערט אײַנשטײן געזען אַ נײַעם פֿילם פֿון טשאַרלי טשאַפּלין. דער פֿילם איז אים זײער געפֿעלן געװאָרן און ער האָט גלײַך אַרױסגעזאָגט זײַן מײנונג דעם גרױסן קינסטלער: „איצט פֿאַרשטײ איך, אין װאָס באַשטײט דײַן גרױסקײט. דײַן פֿילם איז פֿאַרשטענדלעך אַבסאָלוט יעדן מענטשן, אַפֿילו אַן אידיאָט‟. טשאַרלי טשאַפּלין האָט זיך צעשמײכלט און געענטפֿערט: „און דו באַװוּנדערסט מיך נאָך מער. קײן אײן מענטש פֿאַרשטײט ניט דײַן רעלאַטיװקײט־טעאָריע, אָבער ניט געקוקט אויף דעם, ביסטו געװאָרן אַ גרױסער מענטש‟.
◆ אַלבערט אײַנשטײנס אוניװערסיטעט־לערער האָט אַ מאָל באַמערקט: „יונגע־לײַט, װעלכע זײַנען זוכה צו אַזאַ שׂכל און קענטענישן װי איר, אױף דער עלטער װערן גאַנצע טיפּשים‟. און אײַנשטײן האָט אים געענטפֿערט: „הער פּראָפֿעסאָר, עס װײַזט אױס, אַז אין דער יוגנט זענט איר געװען דער סאַמע פֿעיִקסטער פֿון אַלע תּלמידים אין אײַער עלטער‟.
◆ אַ שטיקל צײַט האָט אײַנשטײן געאַרבעט אין אַ פּאַטענט־ביוראָ אין בערן. יעדן טאָג פֿלעגן צו אים אַרײַנקומען די שטאָט־משוגעים מיט כּלערלײ געניאַלע פּראָיעקטן, איבער הױפּט מיט די פֿרישע אַנטדעקונגען פֿונעם „פּערפּעטום־מאָבילע‟. װען אײַנשטײנען זײַנען נימאס געװאָרן פֿון די „געניאַלע נודניקעס‟, האָט ער אױסגעשריִען צום הימל: „גאָטעניו, עס זײַנען דאָ נאָר צװײ אומסופֿיקע זאַכן — דער אוניװערסום און טיפּשות… כאָטש לגבי דעם אוניװערסום האָב איך אַ שטיקל ספֿק!‟
◆ און אױף דעסערט — אַ פּליאָטקע פֿון אײַזן…
מע דערצײלט, אַז אַלבערט אײַנשטײן האָט ליב געהאַט אַרומפֿאָרן מיט זײַנע לעקציעס װעגן דער רעלאַטיװקייט־טעאָריע. געפֿאָרן איז ער מיט אַן איבערגעגעבענעם שאָפֿער. אײן מאָל, נאָך אַ לעקציע, האָט דער שאָפֿער אַ װאָרף געטאָן אײַנשטײנען: „כ’האָב שױן אַזױ פֿיל מאָל געהערט אײַער לעקציע, אַז איך קען זי אױף אױסנװײניק, ניט ערגער װי איר‟. װען אײַנשטײן האָט דערהערט אַזעלכע חוצפּהדיקע רײד, האָט ער גלײַך פֿאָרגעלײגט דעם שאָפֿער זײַנעם אויפֿצוטרעטן אַנשטאָט אים. „אָפּגעמאַכט‟, — האָט מסכּים געװען דער שאָפֿער. קומען זײ אָן אין אַ געװיסער שטאָט, אײַנשטײן גיט דעם שאָפֿער זײַן רעקל, און דער שאָפֿער דערלאַנגט אײַנשטײנען זײַן לעדערנעם שאָפֿערן־מאַנטל. זיי טוען זיך איבער, און דער שאָפֿער גײט אַרױף אױף דער בינע. אײַנשטײן זעצט זיך דערווײַל אַנידער אין זאַל צווישן דעם געלערנטן פּובליקום.
באמת, ס’האָט זיך אױסגעװיזן, אַז דער שאָפֿער האָט אַן אײַזערנעם זכּרון און ער האָט אַזױ פֿליסיק „אָפּגעקנאַקט‟ די לעקציע, אַז בײַ קײנעם אין זאַל האָט עס ניט אַרױסגערופֿן קײן חשד, אַז אױף דער בינע שטײט אַ חוצפּהניק. ווען דער שאָפֿער האָט פֿאַרענדיקט די לעקציע, שטײט אױף אין זאַל אַן אַלטיטשקער געלערנטער, אַ פֿיזיקער און שטעלט „אײַנשטײנען‟ אַזאַ שװערע קשיא, אַז דער „אײַנשטײן‟ האָט אַפֿילו ניט פֿאַרשטאַנען װעגן װאָס עס רעדט זיך. פֿאַרשטײן האָט ער טאַקע ניט פֿאַרשטאַנען, אָבער אַ שאַרפֿן קאָפּ האָט ער פֿאָרט געהאַט. „טײַערער הער, — װענדט זיך צום אַלטיטשקן דער שאָפֿער, — אײַער פֿראַגע איז אַזױ פּראָסט און פּשוט, אַז אַפֿילו מײַן שאָפֿער קען אױף איר ענטפֿערן. ביטע, איך פֿאַרבעט אױף דער בינע מײַן שאָפֿער. ער װעט אײַך שוין אַלץ דערקלערן און צעקײַען…‟
נאָך דער־אָ „לעקציע‟, האָט גאַנץ אַמעריקע גערעשט, אַז לעבן אײַנשטײן װערט אַפֿילו אַ פּשוטער שאָפֿער אָנגעשטאָפּט מיט קענטענישן, װי אַן עכטער אַקאַדעמיקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.