Oyneg Shabes

דער „זעלבסטהערשער‟ פֿון איסט־בראָדוויי

The Autocrat of East Broadway

  • Print
  • Share Share

אין דער דאָזיקער קאַריקאַטור זעען מיר ווי שאול יאַנאָווסקי, רעדאַקטאָר פֿון דער אַנאַרכיסטישער „פֿרײַער אַרבעטער־שטימע‟, און דער פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד גיבן שמיץ דעם „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן. אַזוי ווי דער „פֿאָרווערטס‟ איז געווען די שטאַרקסטע ייִדישע צײַטונג און קאַהאַן האָט איבער אים געהערשעוועט ווי אַ קייסער, האָבן די אַנדערע צײַטונגען און זשורנאַלן אים אָפֿט אַטאַקירט. דער סאַטירישער זשורנאַל „דער גרויסער קונדס‟ האָט ספּעציעל הנאה געהאַט פֿון חוזק מאַכן פֿון קאַהאַנען אין אַ סך קאַריקאַטורן. ד”ר עדי פּאָרטנוי דערציילט, אַז צוליב די דאָזיקע חוזק־בילדער האָט קאַהאַן אַליין געוויינטלעך פֿאַרווערט צו דרוקן סײַ־וועלכע קאַריקאַטורן אין „פֿאָרווערטס‟ בכלל.

אינעם אָריגינעלן קעפּל שטייט דאָס רוסישע וואָרט „סאַמאָדערזשעץ‟ (Самодержец), אָבער מיר האָבן עס געביטן אויף „זעלבסטהערשער‟, ווײַל אַ סך פֿון אונדזערע הײַנטיקע לייענער זײַנען ניט אַזוי גוט באַקאַנט מיטן רוסישן צאַר ווי מיט הונדערט יאָר צוריק.

ראָזענפֿעלד: אויב דער רויטער תּליון וויל ניט אַנדערש ווי אויף „בלויזן‟, טאָ דערלויב מיר, גוטער אייבי, האַלטן דיר די הויזן.

קאַהאַן: ניט נייטיק. איך אַליין בין פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אַלץ, וואָס ווערט אַרײַנגעהאַקט אין מײַן „ריקווערטס‟.

ש. יאַנאָווסקי: האַקט און ציילט, ציילט און האַקט…

אָנמערקונג פֿון „קונדס‟־רעדאַקציע: „מיר באַדויערן זייער אַ געוויסע שטעלע אין דער דאָזיקער קאַריקאַטור. ווען מיר האָבן אים רעדיזשירט, האָט עס אויסגעזען ווי אַ וויציקע שטיפֿערײַ. אָבער אין דרוק זעט אַ זאַך אַ מאָל אויס גאַנץ אַנדערש ווי אין מאַנוסקריפּט‟.
ראָזענפֿעלד: אויב דער רויטער תּליון וויל ניט אַנדערש ווי אויף „בלויזן‟, טאָ דערלויב מיר, גוטער אייבי, האַלטן דיר די הויזן.קאַהאַן: ניט נייטיק. איך אַליין בין פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אַלץ, וואָס ווערט אַרײַנגעהאַקט אין מײַן „ריקווערטס‟.ש. יאַנאָווסקי: האַקט און ציילט, ציילט און האַקט…אָנמערקונג פֿון „קונדס‟־רעדאַקציע: „מיר באַדויערן זייער אַ געוויסע שטעלע אין דער דאָזיקער קאַריקאַטור. ווען מיר האָבן אים רעדיזשירט, האָט עס אויסגעזען ווי אַ וויציקע שטיפֿערײַ. אָבער אין דרוק זעט אַ זאַך אַ מאָל אויס גאַנץ אַנדערש ווי אין מאַנוסקריפּט‟.