Oyneg Shabes

„צי ווילסטו בויען אַ שניימענטש?‟

“Do You Want To Build A Snowman?”

  • Print
  • Share Share

דער פֿילם „געפֿרוירן‟ פֿון 2013 איז געוואָרן איינע פֿון די גרעסטע שלאַגערס אין דער פֿילם־געשיכטע — אַרײַנבאַקומען איבער 1.2$ ביבליאָן אין די קינאָס, און דערנאָך אַזעלכע סומעס פֿאַר די פֿאַרשיידענע ליאַלקעס און אַנדערע צאַצקעלעך, פֿאַרבונדן מיטן פֿילם, אַז ס’איז זיי קוים מעגלעך אָפּצושאַצן. „דיזני‟ האָט שוין פֿאַרקויפֿט איבער דרײַ מיליאָן „געפֿרוירן‟־קאָסטיומען, איבער אַכט מיליאָן „געפֿרוירן‟־ביכעלעך, און אָרגאַניזירט גאַנצע שיף־נסיעות קיין נאָרוועגיע פֿאַר אַזעלכע משפּחות, וואָס ווילן די אמתע „געפֿרוירן‟־איבערלעבעניש. הינטער דער ריזיקער הצלחה שטעקן ניט בלויז די פּאָפּולערקייט פֿונעם פֿילם און די שיינקייט פֿון דער מוזיק, נאָר אויך דאָס גוואַלדיקע חריפֿות פֿון „דיזני‟ צו פֿאַרקויפֿן זײַן אייגענע סחורה די יונגע מיידלעך, וואָס קענען אַליין ניט קיין צורת־מטבע, אָבער וואָס טאַטע־מאַמעס זײַנען גרייט אויסצוגעבן אַ מאַיאָנטיק, אַבי צופֿרידן צו שטעלן זייערע „פּרינצעסינס‟.

מיר ברענגען אײַך אַן אויסצוג פֿונעם ליד „צי ווילסטו בויען אַ שניימענטש?‟ אין אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿון עריק לאָרענס, געזונגען פֿון דזשאָרדין לאָרענס. דאָס איז לכּבֿוד די אַלע שניימענטשן, וואָס ווערן איצט געבויט, אַ דאַנק דעם קאַלטן וועטער און די בערגלעך שניי, וואָס פֿאַלן אויף די אַמעריקאַנער צפֿון־מיזרח־שטאַטן — אין אַ סך ערטער מער ווי ווען עס איז פֿריִער אין דער געשיכטע, זינט מע האָט אָנגעהויבן רעקאָרדירן.