Oyneg Shabes

„כאַמישוסער‟

"Khamishuser"

  • Print
  • Share Share

ייִדן זײַנען אַ רײַך פֿאָלק. מיר האָבן אַזש פֿיר דאַטעס פֿאַר ראָש־השנה, און אײנע פֿון זײ איז דאָס נײַיאָר פֿאַר די בײמער און געװיקסן — ט”ו בשבֿט אָדער חמישה־עשׂר בשבֿט.

„כאַמישוסער‟, ס׳הײסט חמישה־עשׂר בשבֿט, איז געװען פֿאַר מיר פֿון יענע יום־טובֿים, וואָס זייער טײַטש האָט מײַן לערערקע, די באָבע מילכּה, ניט געװוּסט און ניט געקענט דערקלערן. „כאַמישוסער‟ — און שױן. די אײן און אײנציקע זאַך, װאָס איך האָב יאָ געװוּסט, איז אַז אױף „כאַמישוסער‟ דאַרף מען עסן טרוקענע פּרות, און באַזונדערס, די באָקסערן. װי אַזױ זעען זײ אױס, די דאָזיקע באָקסערן, האָט אױך די באָבע ניט געװוּסט. „אַז מיר װעלן זיך, מירטשעם, אומקערן קײן ירושלים, — פֿלעגט זי טענהן, — װעסטו שױן זען. דערװײַל זשע, עס טרוקענע עפּל, פֿלױמען און באַרן‟.

די ייִדישע ראַציאָנאַליסטן האַלטן, אַז ט”ו בשבֿט איז אַן אָפּשפּיגלונג פֿון ט”ו באָבֿ אָדער פֿאַרקערט, און די־אָ צװײ דאַטעס זײַנען ניט מער װי צװײ צײַט־צײכענונגען — אײנע אין מיטן דעם װינטער, און די צװײטע — אין מיטן דעם זומער; און זײ בײדע האָבן ניט קײן שום רעליגיעזן יסוד, נאָר אַ היסטאָרישן. מיטן רעליגיעזן אינהאַלט, טענהן די ראַציאָנאַליסטן, האָט מען אָנגעפֿילט די דאַטעס אַ סך שפּעטער, װען די צװײ „קלײנע יום־טובֿים‟ זײַנען קאַנאָניזירט געװאָרן. ס’איז אַ רײנער אמת, אָבער נאָר אַ האַלבער אמת, װײַל אין די צײַטן פֿון בית־המקדש, איז חמישה־עשׂר בשבֿט טאַקע געװען דער לעצטער טאָג פֿון באַצאָלן דעם פּרות־שטײַער. און אַלע פּרות, װעלכע װערן רײַף שפּעטער, זײַנען פֿאַררעכנט פֿאַר די פּרות פֿונעם קומענדיקן יאָר.

אַחוץ דעם, איז ט”ו בשבֿט דער ערשטער פֿון דער דרײַ־חודשלעכער סדרה יום־טובֿים, װעלכע הײבן זיך אָן בײַ דער פֿולער לבֿנה.

די מעשׂה מיט אַ יום־טובֿ פֿאַר די בײמער האָט זיך אָנגעהױבן נאָך אין יענע צײַטן, װען די בײמער האָבן געקענט רעדן:

די בײמער האָבן דערהערט, אַז דער בורא־עולם האָט געשאָנקען די מענטשן אַ יום־טובֿ, דהײַנו, ראָש־השנה. זײַנען זײ געװאָרן פֿול מיט קינאה און אָנגעהױבן טענהן: „רבונו־של־עולם, מיט װאָס זײַנען מיר ערגער פֿון די מענטשן? אױך מיר װילן אַ יום־טובֿ, כאָטש אײן מאָל אין יאָר‟. האָט דער אײבערשטער רחמנות געהאַט אױף די בײמער און באַשטעלט פֿאַר זײ אַ יום־טובֿ „כאַמישוסער‟, חמישה־עשׂר בשבֿט, װײַל דװקא אין דעם־אָ חודש װעקן זיך אױף די בײמער פֿון שלאָף.

און גלײַך נאָך דעם, װי די בײמער האָבן באַקומען אַן אײגענעם יום־טובֿ, איז געקומען די צײַט אַ קלער צו טאָן װעגן דער עקאָלאָגיע:

װען די ערד האָט אָנגעהױבן אַרױסצוגעבן פֿון זיך פֿלאַנצן און בײמער, זײַנען אױף דער װעלט געװאָרן גערטנער און װעלדער. די בײמער האָבן שטאַרק מורא געהאַט פֿאַרן אײַזן און ניט אױפֿגעהערט צו טענהן: „עס װעט קומען אַ צײַט און דער מענטש װעט פֿון אײַזן מאַכן העק און װעט אונדז אַלעמען אױסהאַקן און מאַכן אַ סוף צו אונדז‟.

דער אײַזן האָט געהערט די ביטערע טענות פֿון די בײמער און ער האָט זײ באַרויִקט: „אױב איר װעט לעבן צװישן זיך בשלום און ניט באַטריבן אײנער דעם צװײטן, װעל איך אײַך גאָרניט קענען טאָן; דען װוּ װעל איך נעמען האָלץ אױפֿן הענטל פֿאַרן האַק?‟ (בראשית רבה, ה’)

דער גרױסער מקובל, רבי יצחק לוריא אַשכּנזי (16טער יאָרהונדערט), האַר”י הקדוש פֿון צפֿת, האָט אַפֿילו אײַנגעפֿירט אַ באַזונדערן סדר, װעלכן מע האָט געפּראַװעט אום ט”ו בשבֿט. דער סדר איז געװען זײער ענלעך אױפֿן פּסחדיקן סדר, מיט די זעלבע פֿיר כּוסות, אָבער מיט צען מינים פֿרוכטן. מע האָט אַפֿילו געלײענט פֿון דער „כאַמישוסערדיקער‟ הגדה „פּרי עץ־הדר‟. דער הױפּטציל פֿונעם סדר איז געװען און געבליבן דער זעלבער — מיט דער הילף פֿון אַ תּפֿילה און ברכות אױפֿצולעבן אָדער אױסהײלן דעם „עץ־החײם‟ און אױף אַזאַ אופֿן צופֿירן די מענטשהײט און דעם גאַנצן עולם־הזה צו דער פּערפֿעקטקײט, צום גײַסטיקן שלמות.

ויהי רצון. אָמן ואָמן.