Oyneg Shabes

בײַ די שניטער אין פֿעלד (פֿינפֿטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

With the Reapers in the Field (Chaper V of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share
Aharon Gudelman

//blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/184020/

דאָ, וווּ דער וואַלד האָט זיך געענדיקט אויף יענער זײַט טײַך, האָבן זיך אָנגעהויבן ברייטע פֿעלדער, און אַז דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע איז אַרויס פֿון וואַלד, האָט ער דערזען די פֿעלדער און זיך זייער שטאַרק דערפֿרייט.

— אָ, — האָט ער געזאָגט, — איך בין פֿאָרט אַרויסגעקראָכן פֿון דעם טיפֿן וואַלד. איצט איז אַזוי ליכטיק און פֿרײַ, וועל איך גרינג טרעפֿן דעם וועג צום מלכס פּאַלאַץ און זען דאָרט זײַן ייִנגעלע, דעם בן־מלך, און זײַן מיידעלע, די בת־מלכּה.

גייט ער אַזוי און גייט איבער די פֿעלדער, און עס נעמט קיין סוף ניט. די פֿעלדער האָבן זיך געצויגן ברייט און ווײַט, רעכטס און לינקס, אָן אַן עק און אָן אַ ברעג. און דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע גייט און גייט און בלאָנדזשעט טיף אין די זאַנגען פֿון די פֿעלדער, און די פֿיסלעך נעמען אים שוין ברעכן, און ער קען ווײַטער ניט גיין. און דאָ האָט זיך נאָך באַוויזן אַ טונקעלער וואָלקן, און עס האָט גענומען דונערן און בליצן און עס האָט אויסגעזען, אַז באַלד, באַלד וועט נעמען רעגענען.

האָט זיך גענומען שרעקן ייִנגעלע און געקוקט אויף זײַן רינגעלע. רופֿט זיך אָן דאָס רינגעלע:

— וואָס ווילסטו, ייִנגעלע?
ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע:
— רינגעלע, רינגעלע!
מיד איז דײַן ייִנגעלע.
מאַך אים אַ בענקעלע,
ער זאָל זיך קענען זעצן,
עפֿן אַ שירעמל,
ער זאָל זיך ניט פֿאַרנעצן.

גלײַך איז געוואָרן אַ בענקעלע, און דאָס ייִנגעלע האָט זיך געזעצט. און ווי דאָס ייִנגעלע האָט זיך געזעצט, אַזוי האָט זיך אַ שירעמל איבער אים אויסגעצויגן. און ווען עס האָט גענומען רעגענען, איז דאָס ייִנגעלע זיך געזעסן אונטערן שירעמל, און דער רעגן איז צו אים ניט צוגעקומען.

ווען דער רעגן האָט אויפֿגעהערט, האָט זיך דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע ווידער געלאָזן אין וועג. גייט ייִנגעלע־רינגעלע ווײַטער און ווײַטער און ער פֿילט זיך לײַכטער, לײַכטער, לײַכטער ווי פֿריִער, וואָרעם ער האָט זיך דאָך אָפּגערוט. אָבער ער איז נאָך אַלץ געגאַנגען אָן אַ וועג דורך די טיפֿע זאַנגען. רופֿט ער זיך אָן צום רינגעלע:

— רינגעלע, רינגעלע,
פֿאָלג נאָך דײַן ייִנגעלע!
איינס וועל איך נאָך בעטן,
אַ וועגעלע צום טרעטן,
אַ וועגעלע צום גיין
פֿאַר מיר איינעם אַליין.

און עס איז באַלד געוואָרן אַ וועג צווישן די פֿעלדער פֿאַרן ייִנגעלע צום גיין, פֿאַר אים איינעם אַליין. און ער איז געגאַנגען און געגאַנגען, ביז ער איז געקומען צו אַ פֿעלד, וווּ שניטער זײַנען געשטאַנען אײַנגעבויגן איבער די זאַנגען און האָבן געשניטן און געזונגען:

מיר שנײַדן, מיר שנײַדן
פֿאַר אַנדערע ברויט;
מיר לײַדן, מיר לײַדן
ביטערע נויט.

די שניטער זײַנען געווען אַזוי פֿאַרטאָן אין זייער אַרבעט, אַז זיי האָבן אין אָנהייב גאָרניט באַמערקט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע. נאָר ווען ער איז צו זיי גאָר נאָענט צוגעגאַנגען, האָבן זיי אים דערזען. זיי האָבן אָבער ניט אויפֿגעהערט צו אַרבעטן און צו זינגען:

מיר שנײַדן, מיר שנײַדן
פֿאַר אַנדערע ברויט;
מיר לײַדן, מיר לײַדן
הונגער און נויט.

פֿרעגט דאָס ייִנגעלע בײַ די שניטער:

— וואָס פֿאַר אַ ליד זינגט איר דאָס? איך האָב נאָך אַזאַ ליד קיין מאָל ניט געהערט!

האָט איינער פֿון די שניטער אָפּגעקערט פֿון דער אַרבעט און געזאָגט צו דעם ייִנגעלע:

— ביסט נאָך קליין און דו ווייסט ניט אַלץ, וואָס עס טוט זיך אויף דער וועלט. דו ווייסט ניט, אַז שוסטער גייען באָרוועס און שנײַדער גייען נאַקעט און מיר, די שניטער, האָבן ניט קיין ברויט. מיר אַרבעטן פֿאַר פֿרעמדע און ניט פֿאַר זיך. די פֿרעמדע זײַנען רײַך ווי קורח און מיר — אָרעם ווי אַן אורח.

און דער שניטער האָט דערציילט דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע, אַז די פֿעלדער געהערן ניט צו זיי, נאָר צום קייסער און צו פּריצים. דער קייסער מיט די פּריצים ווילן ניט אַרבעטן, האָבן זיי געדונגען אַנדערע מענטשן, יענע זאָלן אַרבעטן פֿאַר זיי און בייגן די רוקנס איבער די פֿעלדער אַ גאַנצן טאָג, פֿון אין דער פֿרי ביז פֿאַר נאַכט און פֿאַר זיי שנײַדן תּבֿואה. און אַז זיי ענדיקן שנײַדן, קומען אַנדערע מענטשן, וואָס אַרבעטן אויך פֿאַרן קייסער און די פּריצים, און פֿירן די תּבֿואה אַוועק אין די שײַערס און דרעשן דאָרטן. און אַז זיי ענדיקן דרעשן, קומען ווידער אַנדערע מענטשן און פֿירן אַוועק די קערנער פֿון די אויסגעדראָשענע זאַנגען אין די מילן און דאָרטן מאָלט מען די קערנער, ביז עס ווערט פֿון זיי מעל. און די שפּײַכלערס פֿון דעם קייסער און זײַנע פּריצים ווערן פֿול מיט מעל, און סוחרים פֿון אַלע עקן וועלט קומען און קויפֿן דאָס אָפּ. און דער קייסער מיט די פּריצים ווערן אַלץ רײַכער און רײַכער, און פֿאַר די מענטשן, וואָס האָבן געאַקערט און געזייט און געשניטן און געדראָשן און געמאָלן, בלײַבט גאָרנישט ניט איבער פֿון זייער גאַנצער מי, אַחוץ אַ שטיקל טרוקן ברויט, און אַ מאָל דאָס אויך ניט.

אָט אַזוי האָט דער שניטער דערציילט דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע, און אַז דער שניטער האָט געענדיקט צו דערציילן, האָט ער גענומען ווײַטער שנײַדן און ווײַטער זינגען אין איינעם מיט אַלע שניטער:

מיר שנײַדן, מיר שנײַדן
פֿאַר אַנדערע ברויט;
מיר לײַדן ,מיר לײַדן
הונגער און נויט.

און ייִנגעלע־רינגעלע האָט שוין איצט פֿאַרשטאַנען דאָס ליד, און ער האָט געזאָגט צו די שניטער:

— זאָרגט ניט, ליבע שניטער! ניט אייביק איז שלעכט: עס וועט שוין ווערן רעכט. איך גיי איצט צום מלך. איך וויל זען זײַן ייִנגעלע, דעם בן־מלך, און זײַן מיידעלע, די בת־מלכּה. וועל איך רעדן מיטן מלך און דערציילן אים, אַז איר האָט ניט גענוג ברויט, וועט ער אײַך געבן מער.

אָבער דער שניטער, וואָס האָט אים דערציילט די מעשׂה, האָט אַ שמייכל געטאָן און געזאָגט צו אים:

— איך זע, אַז דו ביסט אַ גוט ייִנגעלע און האָסט אַ גוט האַרץ, אָבער דו ביסט נאָך קליין און ווייסט ניט אַלץ. עס וועט ניט העלפֿן, וואָס דו וועסט דערציילן דעם מלך, אַז מיר האָבן ניט גענוג ברויט. ער ווייסט אַליין, אַז מיר האָבן ניט גענוג ברויט, ער וועט אונדז מער ניט געבן, ווײַל ער האָט מורא, עס וועט אים ניט זײַן גענוג. אַזוי איז ער און אַזוי זענען אַלע זײַנע פּריצים. זיי קענען זיך קיינער ניט אָנזעטיקן. די גאַנצע וועלט ווילן זיי אײַנשלינגען.

אָבער ייִנגעלע האָט געזאָגט, אַז ער מוז גיין צום קייסער און אים דערציילן וועגן די שניטער, וואָס האָבן ניט קיין ברויט.

— מען וועט דיך ניט אַרײַנלאָזן אַהין, ייִנגעלע! — האָט געזאָגט דער פֿריִערדיקער שניטער.

— איך האָב אַ רינגעלע, — האָט געענטפֿערט דאָס ייִנגעלע, — אַ רינגעלע, וואָס טוט פֿאַר מיר אַלץ אין דער וועלט און עפֿנט פֿאַר מיר אַלע טירן.

אַז די שניטער האָבן דערהערט, אַז דאָס ייִנגעלע האָט אַזאַ רינגעלע, זענען זיי פֿאַרוווּנדערט געוואָרן און זיי האָבן אַוועקגעלייגט די שנײַדמעסער און געזאָגט צום ייִנגעלע:

— אַנו, ווײַז דײַן רינגעלע!

האָט זיי ייִנגעלע געוויזן זײַן רינגעלע, און ווי ליכטיק עס איז געווען איבערן פֿעלד, אַזוי איז נאָך ליכטיקער געוואָרן. די שניטער האָבן געגאַפֿט פֿאַר גרויס פֿאַרוווּנדערונג: זיי האָבן נאָך אין זייער לעבן ניט געזען אַזאַ רינגעלע!

רופֿט זיך אָן דאָס ייִנגעלע צו די שניטער:

— ווילט איר אפֿשר עפּעס, וועט אײַך מײַן רינגעלע געבן.

זאָגן די שניטער:

— מיר ווילן אַ טרונק. מיר זענען אַזוי דאָרשטיק!

האָט דאָס ייִנגעלע עפּעס געזאָגט צו זײַן רינגעלע, און באַלד האָט גענומען רינען מילך פֿון די זאַנגען, קאַלטע מילך, אַז עס איז געווען אַ מחיה צו טרינקען. האָבן די שניטער אונטערגעשטעלט די מײַלער און זיך אָנגעטרונקען.

אין מיטן דערינען קומט אָן אַן אויפֿזעער פֿון קייסער און פֿון די פּריצים. זעט ער, אַז די שניטער אַרבעטן ניט, האָט ער אויף זיי גענומען שרײַען. און אַ בײַטש האָט דער אויפֿזעער געהאַלטן אין זײַן האַנט, האָט ער זיך אַ וואָרף געטאָן אויף די שניטער און גענומען זיי שמײַסן. האָט דאָס דערזען ייִנגעלע, האָט ער עפּעס געזאָגט צו זײַן רינגעלע, איז געקומען אַ שטורעמווינט און האָט אַרויסגעריסן בײַם אויפֿזעער די בײַטש פֿון האַנט און פֿאַרשלײַדערט דאָס ווײַט־ווײַט, און דעם אויפֿזעער אַליין אויך פֿאַרוואָרפֿן ערגעץ וווּ. איז ער דאָרטן געבליבן ליגן און האָט ניט געקענט צוריק טרעפֿן דעם וועג אַהיים.

האָבן די שניטער געדאַנקט דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע, וואָס ער האָט זיי אויסגעלייזט פֿון אַזאַ שלעכטן אויפֿזעער, און דאָס ייִנגעלע איז אַוועק ווײַטער זײַן וועג און איז געגאַנגען, צווישן די פֿעלדער מיט זאַנגען, ביז ער איז ווידער מיד געוואָרן און ער איז אַנידערגעפֿאַלן און אײַנגעשלאָפֿן אַ געשמאַקן שלאָף. ווען ער איז אויפֿגעשטאַנען, האָט ער, ווי אַלע מאָל, דערזען טאַטע־מאַמע שטייענדיק לעבן זײַן בעטעלע, האָט ער זיי אַלצדינג דערציילט וואָס מיט אים האָט געטראָפֿן.

אָבער דאָס איז נאָך ניט גאָר. און וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.