Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן (וואָרענונג!)

Tickle My Toes (Warning!)

  • Print
  • Share Share

דער הויכפּונקט פֿון די ייִדישע קאָמיקער אין אַמעריקע, ווען מע האָט גערעכנט, אַז אפֿשר גאַנצע 80% פֿון די קאָמיקער זײַנען ייִדן, איז געווען אין די 1970ער יאָרן, און דעמאָלט איז אויך אויפֿגעקומען דער מאָדערנער פֿעמיניזם. אַ היפּשע צאָל קאָמיקער זײַנען דעמאָלט געווען ייִדישע פֿרויען, למשל, די ניט לאַנג פֿאַרשטאָרבענע דזשאָון ריווערס, אויך גילדאַ ראַדנער, בעט מידלער און נאָך. אָבער יענע קאָמיקער האָבן דערציילט וויצן אויף ענגליש פֿאַרן ברייטן אַמעריקאַנער עולם; אונדזערע וויצן אויף ייִדיש זײַנען ס’רובֿ פֿון אַ פֿריִערדיקער תּקופֿה, ווען קיין פֿעמיניזם איז כּמעט ניט געווען אויף דער וועלט. דעריבער פֿאַרמאָגן מיר אין די הומאָריסטישע ביכלעך גאָר אַ סך וויצן, וואָס מע קען זיי מער ניט דערציילן אין אַ לײַטישער געזעלשאַפֿט, ווײַל זיי באַליידיקן מענטשן און טרעטן אַריבער די הײַנטיקע נאָרמעס. פֿון דעסטוועגן, קענען די דאָזיקע „פּאָליטיש אומקאָרעקטע‟ וויצן נאָך, ווי אומיושרדיק זיי זאָלן ניט זײַן, אַ מאָל אַרויסרופֿן אַ געלעכטער, און ס’איז כּדאַי זיי צו לייענען כאָטש פֿון אַ קולטור־היסטאָרישער פּערספּעקטיוו.

מיט דער דאָזיקער וואָרענונג און התנצלות ברענגען מיר ווײַטער אַן אויסקלײַב פֿון די דאָזיקע ייִדישע וויצן, וואָס דריקן אויס ביטול צו פֿרויען. לייענט און זאָגט ניט איבער!


פֿרוי פּרעזידענט

בערל: פֿאַר וואָס קען אַ פֿרוי ניט זײַן קיין פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן?

שמערל: וואָס פֿאַרשטייסטו דאָ ניט? אַ פּרעזידענט מוז דאָך זײַן עלטער פֿון 35 יאָר.


די אַלטע פֿרײַלין

אַן אַלטע מויד איז אַ מאָל גערופֿן געוואָרן אין געריכט ווי אַן עדות.

„ווי אַלט זײַט איר, פֿרײַלין?‟ — האָט דער ריכטער געפֿרעגט.

די מויד האָט זיך דערשראָקן, און זי האָט געשוויגן.

„איך פֿרעג דאָך אײַך, ווי אַלט איר זײַט?‟ — האָט דער ריכטער ערנסט געפֿרעגט.

זי האָט ניט געענטפֿערט, נאָר זי איז רויט געוואָרן. דער ריכטער האָט באַלד פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס זי וויל ניט ענטפֿערן, האָט ער צו איר געזאָגט: „מיט אײַער שווײַגן מאַכט איר נאָך ערגער, ווײַל וואָס עס געדויערט לענגער, ווערט איר נאָך עלטער‟.


אַ קרענק

יאַנקל: וווּ לויפֿסטו אַזוי אויפֿגערעגט, פֿײַוויש?

פֿײַוויש: איך לויף צום דאָקטער, מײַן ייִדענע געפֿעלט מיר עפּעס ניט.

יאַנקל: וואַרט, איך גיי מיט, מײַנע געפֿעלט מיר אויך ניט.

— איך האָב געהערט, אַז דײַן ווײַב איז קראַנק. איז זי געפֿערלעך? — פֿרעגט איינער.

— ניין, — ענטפֿערט דער מאַן, — געפֿערלעך איז זי נאָר ווען זי איז געזונט.


זי איז ווי זײַן באָבע

יונגערמאַן: איר זאָגט דאָך, אַז איר זײַט אַ פֿרײַדענקערין, אַ הײַנטוועלטיקע, צום סוף זײַט איר פּונקט ווי מײַן באָבע.

פֿרײַלין: מיט וואָס בין איך ווי אײַער באָבע?

יונגערמאַן: איר גייט ביידע ניט מיט אייגענע האָר אויפֿן קאָפּ.


מזוזה

פֿרויען זײַנען ווי אַ מזוזה: צו ערשט אָנקלאַפּן, דערנאָך קושן…


אַ קאָמפּלימענט

מאַן: פֿרײַלין, דערלויבט מיר אײַך צו זאָגן, אַז איר זעט אויס אַזוי שיין, וואָס שענער קען שוין ניט זײַן.

פֿרײַלין: ס׳טוט מיר לייד, וואָס איך קען אויף אײַך דאָס זעלבע ניט זאָגן.

מאַן: טוט זשע ווי איך האָב געטאָן, זאָגט אַ ליגן.


ווער פֿון ביידע איז עכט?

אַז אַ גאַליציש־פּויליש מיידל טראָגט הײַנט אַ דימענטן־רינגל, איז איינס פֿון די ביידע: איז דאָס מיידל נאָך אַן עכט מיידל, איז דאָס רינגל ניט קיין עכטס; איז דאָס רינגל אַן עכטס, איז דאָס מיידל ניט קיין עכטס.


שידוכים

שדכן: ווי אַלט זײַט איר, פֿרײַלין?

פֿרײַלין: 30 יאָר.

שדכן: זאָל איך אפֿשר אָנגעבן מיט 10 יאָר ווייניקער?

פֿרײַלין: דאָס האָב איך שוין אַליין געטאָן.


אַ שטערן אויף דער בינע

אַקטריסע (נאָך דער פֿאָרשטעלונג): מיינט איר, אַז ווען איך וועל ווערן אַלט און עובֿר־בטל וועט דאָס פּובליקום מיך אויך טאָלערירן?

דירעקטאָר: אַוודאי, אָט זעט איר דאָך.


רעדן איז זילבער

מאַן: ווייסטו דען ניט, אַז שווײַגן איז גאָלד?

ווײַב: געוויס ווייס איך. כ’האָב דאָס געהערט נאָך ווי אַ קינד. דו מעגסט עס הערן: איין מאָל אַ פֿאַרנאַכט, דאָס האָט געמוזט זײַן אַ זייגער פֿינף, און אפֿשר טאַקע די גאַנצע זעקס, האָט מײַן מאַמע געהאַלטן אין מיטן קאָכן וועטשערע, קומט אַרײַן מײַן מומע ביילע מיט די קינדער — היי, וווּ גייסטו!?