Oyneg Shabes

בײַם וואַלדמאַן אין שטיבעלע (דריטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

In the Woodsman’s House (Chapter III of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share
Aharon Gudelman

טיף אין וואַלד אויף יענער זײַט טײַך האָט געוווינט אַ וואַלדמאַן אין אַ שטיבעלע. איז דער וואַלדמאַן געווען זייער אַ גוטער מענטש, אָבער אַ ווײַב האָט ער געהאַט — אַ מרשעת. און כּדי קיינער זאָל ניט קאָנען אַרײַן צו איר אין שטיבעלע, האָט זי בײַ דער טיר אויסגעגראָבן אַ גריבעלע. איז ווען דער וואַלדמאַן פֿלעגט דאַרפֿן אַרײַן אין שטיבעלע, פֿלעגט ער זיך אַוועקשטעלן בײַם גריבעלע, שטעלן זיך און אויסשרײַען:

— היי, מײַן ווײַב! מאַך מיר אַ קלאַדקע איבערן גריבעלע, איך זאָל קענען אַרײַן אין מײַן שטיבעלע.

פֿלעגט דאָס ווײַב אַרויס מיט אַ ברעט פֿון בעט און לייגן אַ קלאַדקע איבערן גריבעלע, און איר מאַן פֿלעגט אַזוי אַרײַן אין שטיבעלע. אָבער פֿאַר אַ פֿרעמדן מענטשן האָט זי קיין קלאַדקע ניט געוואָלט לייגן איבערן גריבעלע, פֿלעגט קיינער ניט קענען אַרײַן צו איר אין שטיבעלע.

גייט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע דורכן וואַלד, גייט ער אַזוי און גייט און וואָס ווײַטער ער גייט, אַלץ טיפֿער און געדיכטער ווערט דער וואַלד, און ער זעט גאָר קיין סוף און קיין עק ניט.

טראַכט בײַ זיך דאָס ייִנגעלע:

„וויפֿל איז דער שיעור צו גיין? מע דאַרף פֿרעגן בײַם רינגעלע‟.

גיט דאָס ייִנגעלע אַ קוק אויף זײַן רינגעלע און בעט אים:

— רינגעלע, רינגעלע, זאָג נאָר דײַן ייִנגעלע, ווי אַזוי זאָל איך פֿון וואַלד אַרויס?

ענטפֿערט דאָס רינגעלע:

— פֿרעג בײַם וואַלדמאַן, ער וועט דיר זאָגן.

פֿרעגט דאָס ייִנגעלע:

— און וווּ איז דער וואַלדמאַן?

ענטפֿערט דאָס רינגעלע:

— אָט איז זײַן שטיבעלע,

נאָר היט זיך — אַ גריבעלע!

קוקט דאָס ייִנגעלע אַהין, קוקט דאָס ייִנגעלע אַהער און זעט ניט דעם וואַלדמאַנס שטיבעלע. נאָר ווי ער קוקט אַזוי, דערזעט ער אַ מענטשן אָנקומענדיק. פֿרעגט דאָס ייִנגעלע בײַ אים:

— ביסטו דער וואַלדמאַן?

ענטפֿערט דער וואַלדמאַן:

— יאָ, ייִנגעלע, איך בין דער וואַלדמאַן, און ווער ביסטו?

זאָגט דאָס ייִנגעלע:

— איך בין פֿון יענער זײַט טײַך.

פֿרעגט ער בײַם ייִנגעלע:

— און ווי אַזוי ביסטו אַריבער דעם טײַך? אַז קיין שיפֿן גייען ניט, און אויף שווימען ביסטו צו קליין?

ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע:

— איך האָב אַ רינגעלע, און וואָס איך וויל, טוט דאָס פֿאַר מיר.

און דאָס ייִנגעלע האָט געוויזן דעם וואַלדמאַן זײַן רינגעלע, האָט דער וואַלדמאַן געקוקט און געקוקט אויפֿן רינגעלע און זיך גאָרניט געקענט אָפּוווּנדערן: דאַכט זיך, אַ רינגעלע ווי אַלע רינגעלעך, און זאָל קענען אויפֿטאָן אַזעלכע וווּנדער!

רופֿט זיך אָן דאָס ייִנגעלע:

— וווּנדער זיך ניט, ליבער וואַלדמאַן! אָט אַזאַ רינגעלע איז דאָס שוין. און אָט דאָס רינגעלע האָט מיר געזאָגט, אַז דו קענסט מיך פֿון וואַלד אַרויספֿירן, וואָרעם איך וויל גיין צום מלך אין פּאַלאַץ און זען זײַן ייִנגעלע, דעם בן־מלך, און זײַן מיידעלע, די בת־מלכּה.

זאָגט דער וואַלדמאַן:

— רעכט, ייִנגעלע־רינגעלע! איך וועל דיך אַרויספֿירן פֿון וואַלד, אָבער איך מוז אַפֿריִער אָפּטאָן אַן אַרבעט. עס וועט נעמען אַ שעה אָדער מער.

זאָגט דאָס ייִנגעלע:

— נו, וועל איך צוגיין צו דײַן שטיבעלע און דאָרטן וואַרטן אויף דיר, ביז דו וועסט פֿאַרטיק ווערן מיט דער אַרבעט. איז ווײַט דײַן שטיבעלע?

ענטפֿערט דער וואַלדמאַן:

— ניין, ניט ווײַט איז מײַן שטיבעלע, נאָר דאָרטן איז אַ גריבעלע, און מײַן אַלטע וועט פֿאַר דיר קיין קלאַדקע ניט לייגן, ווײַל זי איז אַ שלעכטע.

זאָגט דאָס ייִנגעלע:

— אָ, איך האָב קיין מורא ניט פֿאַר קיין גריבעלע, אַז איך האָב געקענט אַריבערגיין אַ ברייטן טײַך אָן אַ בריק, וועל איך אַריבערגיין אויך אַ שמאָל גריבעלע אָן אַ קלאַדקע.

זאָגט דער וואַלדמאַן:

— נו, טאָ גיי, ייִנגעלע.

איז דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע אַוועק צום שטיבעלע מיטן גריבעלע. קומט ער אַהין, זעט ער דאָס גריבעלע לעבן שטיבעלע, פֿרעגט ער בײַם רינגעלע וואָס צו טאָן. הייסט אים דאָס רינגעלע דרײַ מאָל זאָגן:

„גריבעלע, גריבעלע,

רוק זיך אָפּ פֿון שטיבעלע!‟

האָט דאָס ייִנגעלע דרײַ מאָל געזאָגט:

„גריבעלע, גריבעלע,

רוק זיך אָפּ פֿון שטיבעלע!‟

האָט דאָס גריבעלע זיך אָפּגערוקט פֿון שטיבעלע.

גייט אַרײַן דאָס ייִנגעלע אין שטיבעלע. דערזעט די אַלטע דאָס ייִנגעלע, וווּנדערט זי זיך: ווער האָט דאָס אים אַרײַנגעלאָזן אין איר שטיבעלע? און ווי אַזוי איז ער דאָס אַריבער דאָס גריבעלע? גייט זי אַרויס אַ קוק טאָן, זעט זי דאָס גריבעלע אויפֿן אָרט בײַ דער טיר און קיין קלאַדקע ליגט ניט. פֿרעגט זי בײַם ייִנגעלע:

— ווער האָט דיך אַהער אַרײַנגעלאָזן, ייִנגעלע?

ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע:

— מײַן רינגעלע!

און דאָס ייִנגעלע האָט איר געוויזן זײַן רינגעלע און ער האָט איר דערציילט, אַז אַלצדינג אין דער וועלט טוט פֿאַר אים זײַן רינגעלע: וויל ער אַ שיף, גיט אים דאָס רינגעלע אַ שיף; וויל ער עסן, גיט אים דאָס רינגעלע עסן. וואָס ער זאָל נאָר אַרויסרעדן פֿון מויל, וועט אים דאָס רינגעלע שאַפֿן גלײַך אויפֿן אָרט.

רופֿט זיך אָן די אַלטע:

— אויב דײַן רינגעלע, ייִנגעלע, איז אַזאַ מאַכער, טאָ זאָג אים, ער זאָל פֿאַר אונדז גרייטן אַ טיש מיט פֿלייש און מיט פֿיש.

זאָגט דאָס ייִנגעלע צום רינגעלע:

— רינגעלע, רינגעלע! גרייט פֿאַר אונדז אַ טיש מיט פֿלייש און מיט פֿיש!

איז גלײַך, ווי פֿון אונטער דער ערד, אַרויס אַ געגרייטער טיש מיט פֿלייש און מיט פֿיש. איז די אַלטע געוואָרן זייער פֿאַרוווּנדערט, און עס האָט זיך איר געחלשט אָפּנעמען בײַם ייִנגעלע דאָס רינגעלע. איז בײַ איר געבליבן צו בעטן דאָס ייִנגעלע ער זאָל בלײַבן נעכטיקן בײַ זיי, און ווען עס וועט אײַנשלאָפֿן דאָס ייִנגעלע, וועט זי בײַ אים צונעמען דאָס רינגעלע.

דאָ איז דער וואַלדמאַן אָנגעקומען, און אַז ער האָט דערזען דעם געגרייטן טיש מיט פֿלייש און מיט פֿיש, האָט ער זיך פֿאַרוווּנדערט. האָט אים די אַלטע אָנגעוויזן אויפֿן ייִנגעלע מיטן רינגעלע, האָט ער שוין אַלץ פֿאַרשטאַנען. האָבן זיי זיך געזעצט אַלע דרײַ עסן בײַם טיש דאָס פֿלייש מיט די פֿיש, און ווען זיי האָבן אָפּגעגעסן, האָט זיך די אַלטע אָנגערופֿן צום ייִנגעלע:

— ייִנגעלע! דו וועסט בלײַבן מיט אונדז שלאָפֿן.

זאָגט דאָס ייִנגעלע:

— איך דאַרף אָבער גיין צום מלך אין פּאַלאַץ און זען דאָרטן דאָס ייִנגעלע, דעם בן־מלך, און דאָס מיידעלע, די בת־מלכּה.

זאָגט די אַלטע:

— נו, וועסטו מאָרגן גיין, וועסט ניט פֿאַרשפּעטיקן.

האָט זיך דאָס ייִנגעלע געלאָזט איבעררעדן און איז געבליבן נעכטיקן. ווען ער איז אײַנגעשלאָפֿן, איז די אַלטע צוגעגאַנגען פּאַמעלעך צום ייִנגעלע און גענומען שלעפּן פֿון זײַן פֿינגערל דאָס רינגעלע. האָט זיך אויפֿגעכאַפּט דאָס ייִנגעלע און גענומען שרײַען:

— אוי, מײַן רינגעלע!

קוקט ער אַהין, קוקט ער אַהער, זעט ער: וווּ וואַלד? וווּ שטיבעלע? ער ליגט גאָר אין זײַן בעטעלע און טאַטע־מאַמע שטייען לעבן אים און פֿרעגן אים:

— וואָס איז דיר, טײַערער? וואָס האָט זיך דיר געחלומט?

האָט דאָס ייִנגעלע זיי דערציילט אַלצדינג, וואָס עס האָט זיך מיט אים געטראָפֿן בעת ער איז געשלאָפֿן, און טאַטע־מאַמע האָבן געלאַכט און זיי האָבן געזאָגט צום ייִנגעלע:

— אָט איז דאָך דײַן רינגעלע. קיינער האָט דאָס בײַ דיר ניט אָפּגענומען. קענסט צוריק אײַנשלאָפֿן, ווײַל עס איז נאָך פֿרי.

איז דאָס ייִנגעלע צוריק אײַנגעשלאָפֿן, און וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.