No Place Like Home

שטודיע: שווערע פּאַציענטן ווערן ערגער באַהאַנדלט

Study: Difficult Patients Get Worse Care

  • Print
  • Share Share

אויב אַ פּאַציענט פֿירט זיך אויף נישט־העפֿלעך בעת אַ וויזיט בײַם דאָקטער, שטערט עס זײַן מעדיצינישע באַהאַנדלונג?

אַ גרופּע האָלענדישע פֿאָרשער האָבן לעצטנס געשטעלט די פֿראַגע אין צוויי באַזונדערע שטודיעס, און דער ענטפֿער איז קלאָר: אויב אַ פּאַציענט פֿירט זיך אויף אויף אַן אַגרעסיוון אופֿן, ווערט ער אָפֿט מאָל ערגער באַהאַנדלט ווי נישט־אַגרעסיווע פּאַציענטן.

די אויספֿירן דאַרף מען נאָך ווײַטער פֿאָרשן, ווײַל אין די שטודיעס האָבן די פֿאָרשער אויסגעפּרוּווט דאָקטוירים אין פֿיקטיווע סקיצעס, און נישט מיט אמתע פּאַציענטן. פֿון דעסטוועגן, האָט מען געזען, אַז די פּאַציענטן, וואָס מאַכן אַ סקאַנדאַל צעטומלען די דאָקטוירים און ווי אַ פּועל־יוצא, שטערט עס די דאָקטוירים צו טאָן זייער אַרבעט.

„די פּאַציענטן, וואָס ווײַזן אַרויס אומדרך־ארץ אָדער אַגרעסיווקייט קאָנען גורם זײַן, אַז די דאָקטוירים זאָלן שטעלן אַ נישט־ריכטיקן דיאַגנאָז,‟ האָט באַמערקט ד״ר סילוויאַ מאַמעדע, אַ פּראָפֿעסאָר אינעם „עראַזמוס מעדיצינישן צענטער‟ אין האָלאַנד און אַ מחברטע פֿון ביידע שטודיעס.

בערך 15% פּאַציענטן, וואָס קומען אַרײַן אין אַ דאָקטערס קאַבינעט ,זענען אַגרעסיוו, אומדרך־ארצדיק אָדער דריקן אויס חשד וועגן די כּוונות פֿונעם פּערסאָנאַל, האָט מאַמעדע געזאָגט. „פֿאַרשטייט זיך, רופֿן אַזוינע אויפֿפֿירן אַרויס בײַ די דאָקטוירים אַן עמאָציאָנעלע רעאַקציע.‟

די פֿאָרשער האָבן געקאָנט אָבסערווירן אמתע וויזיטן צום דאָקטער צו געפֿינען אַן ענטפֿער, אָבער מאַמעדע האָט דערקלערט, אַז אַזאַ צוגאַנג וואָלט געווען „כּמעט אוממעגלעך‟ צו אַנאַליזירן, ווײַל יעדער פֿאַל איז אַנדערש. דערפֿאַר האָבן די פֿאָרשער געשאַפֿן סקיצעס, וווּ עס קומען צום דאָקטער סײַ „נייטראַלע‟, סײַ אַגרעסיווע פּאַציענטן (זיי דריקן אויס, למשל, אומצופֿרידנקייט וועגן די פּראָצעדורן, אָדער זיי איגנאָרירן דעם דאָקטערס אינסטרוקציעס, אאַז״וו). דערנאָך האָט מען געבעטן דעם דאָקטער צו מאַכן אַ דיאַגנאָז.

אין איינער פֿון די צוויי שטודיעס, וווּ מע האָט אָבסערווירט 63 משפּחה־דאָקטוירים פֿון ראָטערדאַם, האָלאַנד, „האָבן די דאָקטוירים געמאַכט 42% מער טעותן בײַ די אַגרעסיווע פּאַציענטן ווי בײַ די נישט־אַגרעסיווע, ווען דער מעדיצינישער ענין איז געווען אַ קאָמפּליצירטער, און 6% מער טעותן, ווען דער ענין איז געווען אַ גרינגער,‟ האָט מאַמעדע געזאָגט. די דאָקטוירים האָבן, אַ פּנים, געגעבן אַ מער פּינקטלעכן דיאַגנאָז, ווען זיי האָבן געהאַט מער צײַט צו טראַכטן וועגן דעם.

די צווייטע שטודיע, וואָס האָט דורכגעפֿירט דעם עקספּערימענט מיט 74 מעדיצינישע רעזידענטן, האָט באַמערקט די זעלבע זאַך. ווען דער ענין איז געווען קאָמפּליצירט, „האָבן די דאָקטוירים געמאַכט 20% מער טעותן מיטן דיאַגנאָז ווי בײַ די נייטראַלע פּאַציענטן,‟ האָט מאַמעדע געזאָגט.

מאַמעדע איז געקומען צום אויספֿיר, אַז די „שווערע‟ פּאַציענטן האָבן געשטערט די קאָנצענטראַציע פֿון די דאָקטוירים דורך זייער אויפֿפֿיר, און דערבײַ גורם געווען אַ נישט־פּינקטלעכן דיאַגנאָז.

וואָס קען מען טאָן וועגן דעם? מאַמעדע לייגט פֿאָר, אַז מע זאָל טרענירן די דאָקטוירים ווי זיך אַן עצה צו געבן מיט די „שווערע פּאַסאַזשירן‟ אויף אַ מער עפֿעקטיוון אופֿן. „אַן אַגרעסיוון פּאַציענט קען מען באַרויִקן, און אַ פּאַציענט, וואָס ווײַזט אַרויס אַן אומצוטרוי צום דאָקטער קען מען איבערשיקן צו אַ צווייטן דאָקטער,‟ האָט זי פֿאָרגעלייגט.

די פּאַציענטן דאַרף מען אויך עצהן אויסצודריקן זייערע געפֿילן אויף אַ העפֿלעכן אופֿן. למשל, אויב זיי זאָרגן זיך וועגן זייערע סימפּטאָמען, זאָלן זיי — אַנשטאָט אַן אַגרעסיווער רעאַקציע צום דאָקטער — זאָגן: „איך שרעק זיך אַ ביסל וועגן מײַן מצבֿ; בין איך געקומען אַהער, מיט דער האָפֿענונג, אַז איר קענט מיר העלפֿן.‟