No Place Like Home

7 מיטלען אויפֿצושטיין פֿרי

7 Ways to Wake Up Early

  • Print
  • Share Share

אַ סך פֿון אונדז חלומען צו קריגן אַ שטעלע, וווּ מע קען באַשטימען די אייגענע אַרבעט־שעהען; בדרך־כּלל, איז דאָס נישט מעגלעך, ווײַל ס׳רובֿ פֿירמעס, שולן און רעגירונג־ביוראָען האַלטן זיך עד־היום בײַ די אָנגענומענע שעהען, פֿון 9 אין דער פֿרי ביז 5 נאָך מיטאָג.

דאָס איז, אַוודאי, אַ מעלה פֿאַר די מענטשן, וואָס וועקן זיך נאַטירלעך אויף זייער פֿרי, אָבער אויב איר זענט פֿון יענע, וואָס קאָנען זיך קוים אַרויסשלעפּן פֿון בעט, איז כּדאַי איר זאָלט זיך באַמיִען צו ווערן אַ „פֿרימאָרגנדיקער‟. טאָמער זאָרגט איר זיך, אַז דאָס איז אוממעגלעך, ווײַזן די שטודיעס פּונקט פֿאַרקערט. פֿאָרשונגען פֿון אידענטישע צווילינגען האָבן אַנטדעקט, אַז בלויז 50% פֿון דער טענדענץ זיך אויפֿצוּוועקן פֿרי ווערט גענעטיש באַשטימט; הייסט עס, אַז די אַנדערע 50% איז יאָ אונטער אײַער קאָנטראָל!

אָט זענען 7 אופֿנים ווי אַזוי איר קענט זיך פֿאַרוואַנדלען פֿון אַ „סאָווע‟ צו אַ „טרילערל‟:

1. גלייבט טאַקע אין די מעלות פֿון אַזאַ ענדערונג:

לויט אַ שטודיע פֿונעם „טעקסאַסער אוניווערסיטעט‟, באַקומען די פֿרימאָרגנדיקע קאָלעדזש־סטודענטן העכערע צייכנס אין זייערע קורסן; און נאָכן קאָלעדזש זענען זיי מער פּראָדוקטיוו בײַ דער אַרבעט, קריגן בעסערע שטעלעס און במילא העכערע שׂכירות. זיי ווײַזן אויך אַרויס מער צופֿרידנקייט און אָפּטימיזם ווי די נאַכטפֿייגל.

2. גייט פֿריִער שלאָפֿן:

געוויינטלעך איז די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס מענטשן באַמיִען זיך נישט אויפֿצושטיין פֿרי, ווײַל זיי זענען פּשוט צו מיד. לויט אַן אָקערשטיקער אַנקעטע פֿון דער „נאַציאָנאַלער שלאָף־פֿונדאַציע‟, האָבן 56% פֿון די באַטייליקטע צווישן 25 און 55 יאָר אַלט געזאָגט, אַז זיי שלאָפֿן נישט גענוג. דערפֿאַר איז וויכטיק צו שאַפֿן אַ סבֿיבֿה, אין וועלכער עס איז גרינגער אַנטשלאָפֿן צו ווערן. זאָל אײַער שלאָפֿצימער בלײַבן שטיל, פֿינצטער און אַ ביסל קיל. לאָזט דאָס פֿענצטער אָפֿן אַפֿילו אין די קאַלטע נעכט. (אויב ס׳איז אײַך קאַלט, דעקט זיך צו מיט אַ צווייטער קאָלדרע.)

אַ שעה איידער איר לעשט אויס דעם לאָמפּ אין שלאָפֿצימער, נעמט אַרויס אַלע עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן: די מאָבילקעס, קאָמפּיוטערס, טעלעוויזאָר און אַפֿילו די עלעקטראָנישע ביכער. און אויב איר ווילט זיך אויפֿוועקן 6:30 — מוזט איר שוין אַרײַנקריכן אין בעט נישט שפּעטער ווי 11 אַ זייגער.

3. ניצט נישט אײַער מאָבילקע ווי אַ וועקזייגער:

אויב איר לאָזט אײַער מאָבילקע נאָענט צום בעט, וועלן די פּיפּסן און אַנדערע קלאַנגען פֿון אָנקומענדיקע בריוולעך אָדער טעקסטלעך אין מיטל דער נאַכט אײַך אויפֿוועקן, וועט עס במילא ווערן נאָך שווערער אויפֿצושטיין פֿרי. דאָס בעסטע איז צו לאָזן די מאָבילקע זיך אָנלאָנטשען אין אַ צווייטן צימער, און ניצן ווי אַ וועקזייגער אַ פּשוטן ראַדיאָ־אַלאַרם, אָנגעשטעלט אויף אַ שטענדיקער נײַעס־סטאַנציע. אַזוי וועט איר זיך אויפֿוועקן צו די נײַעס פֿון טאָג, וועט איר נישט־וועלנדיק זיך אויסטשוכען פֿונעם שלאָף.

קוועטשט אויך נישט דאָס „דרעמל־קנעפּל‟ (snooze button, בלע״ז). די שלאָף־עקספּערטן זאָגן, אַז ווען מע גייט צוריק שלאָפֿן אויף בלויז 10 מינוט, הייבט מען אָן אין גאַנצן אַ נײַעם שלאָף־ציקל; הייסט עס, ווען דער זייגער וועקט אײַך ווידער אויף מיט 10 מינוט שפּעטער, וועט איר זײַן נאָך מער שלעפֿעריק ווי פֿריִער.

4. גייט אַרויס אין דרויסן אַזוי גיך ווי מעגלעך:

דאָס צוגעוווינען זיך אויפֿצושטיין פֿרי איז נישט בלויז אַן ענין פֿון אָנשטעלן אַ וועקזייגער, נאָר אויך וועגן ענדערן דעם גופֿס אייגענעם וועקזייגער. כּדי דאָס צו דערגרייכן דאַרפֿט איר אויך זען מיט די אויגן דעם העלן מאָרגן־שײַן. טוט אָן דעם שלאָפֿראָק און זיצט אין גאָרטן, אָדער בײַם פֿענצטער און טרינקט דאָרט אײַער ערשט טעפּל קאַווע; אָדער טוט זיך אָן און גייט אויף אַ שפּאַציר. נאָך בעסער איז אָנצוטאָן די געניטונג־בגדים און גיין אין גימנאַסטיק־זאַל. דאָס מאַכן פֿיזישע געניטונגען אין דער פֿרי מונטערט אויף די שטימונג און ענערגיע אויף אַזוי ווײַט, אַז עס וועט אײַך מסתּמא איבערצײַגן צו וועלן אויפֿשטיין פֿרי.

אַ שטודיע בײַם ווערמאָנטער אוניווערסיטעט האָט אַנטדעקט, אַז אייראָבישע געניטונגען פֿאַרבעסערן גיך דעם מענטשס שטימונג, און אַז דאָס גוטע געפֿיל קאָן דויערן ביז 12 שעה.

5. זאָגט עמעצן צו זיך צו טרעפֿן מיט אים גאָר פֿרי:

קיינער האָט נישט ליב צו אַנטוישן אַ צווייטן מענטשן. דערפֿאַר איז אַ גוטער אײַנפֿאַל אָפּצורעדן מיט אַ פֿרײַנד, אַז איר זאָלט צוזאַמען גיין אין גימנאַסטיק־זאַל אָדער אויף אַן ענערגישן שפּאַציר 7:30 אין דער פֿרי. אויב איר ווייסט, אַז אײַער חבֿר שטייט בײַ דער טיר און וואַרט אויף אײַך וועט איר מסתּמא גיכער זיך אָנטאָן.

6. טוט וויפֿל איר קענט איידער איר גייט שלאָפֿן:

איין סיבה פֿאַר וואָס געוויסע מענטשן האָבן פֿײַנט זיך אויפֿצוּוועקן איז צוליב די פֿאַרשידענע זאַכן, וואָס מע מוז טאָן אין אַ באַגרענעצטער צײַט. דערפֿאַר איז בעסער אויסצוקלײַבן וואָס איר וועט אָנטאָן נאָך מיטאָג־צײַט, איידער איר גייט שלאָפֿן.

7. טוט עפּעס, וואָס פֿאַרשאַפֿט אײַך פֿאַרגעניגן:

אויב איר וועקט זיך אויף גענוג פֿרי, קאָנט איר אויך אַרײַנכאַפּן עפּעס, וואָס גיט אײַך הנאה. הערט אַ באַליבטן קאָמפּאַקט־דיסק; קוקט אַן אינטערעסאַנטע פּראָגראַם אויף דער אינטערנעץ, אָדער לייענט עטלעכע קאַפּיטלען פֿון אַ באַליבט בוך. אַזוי וועלן אײַערע פֿרימאָרגנס ווערן אַ צײַט פֿון הנאה אַנשטאָט פֿון נערוועזער יאָגעניש.