No Place Like Home

אַ דיעטע פֿאַר יעדן איינעם באַזונדער

A Personalized Diet Suited Better to You

  • Print
  • Share Share
GettyImages

מיט צוויי וואָכן צוריק האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג שוין ווידער געענדערט די דיעטע־תּקנות. דאָס מאָל האָט זי אונדז גערופֿן צו עסן ווייניקער צוקער און ווייניקער פּראָטעיִן.

אָבער ווי עס גיט איבער די „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָבן עטלעכע שטודיעס לעצטנס אָנגעוויזן, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אײַנצופֿירן אַ נײַעם צוגאַנג צום ענין, דיעטע. אַנשטאָט אַרויסצולאָזן אַ ריי תּקנות, וואָס די גאַנצע באַפֿעלקערונג דאַרף פֿאָלגן, זאָל מען צונויפֿשטעלן דיעטעס פֿאַר יעדן איינעם באַזונדער, אויפֿן סמך פֿון זײַנע אייגענע ביאָלאָגישע נטיעות און שוואַכקייטן.

די דאָזיקע שטודיעס ווײַזן, אַז יעדער מענטש אַבסאָרבירט און מעטאַבאָליזירט דאָס נערוואַרג אויף זײַן אייגענעם אופֿן, אויפֿן סמך פֿון זײַנע גענען, דער באַקטעריע אין מאָגן, זײַן פֿיזישן געבוי און די כעמישע שטאָפֿן, צו וועלכע ער ווערט אויסגעשטעלט.

„די זעלבע דיעטישע עצות קענען נישט זײַן ניצלעך אַלעמען, ווײַל יעדער מענטש איז אַנדערש,‟ האָט באַמערקט ד״ר ערן אלינבֿ, אַן אימונאָלאָג בײַם „ווײַצמאַן־אינסטיטוט‟ אין רחובֿות, ישׂראל. „דערפֿאַר האָבן מיר ביז איצט נישט מצליח געווען בײַם אײַנהאַלטן די איבערוואָגיקייט־עפּידעמיע.‟

אלינבֿ און זײַנע קאָלעגן האָפֿן צו שאַפֿן אַ דיעטעטישע קאָנסולטיר־פֿירמע, אויפֿן סמך פֿון זייערע אויספֿירן, וואָס זענען לעצטנס אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם זשורנאַל Cell. דורך דער שטודיע האָבן זיי אַנטדעקט, אַז בײַ די 800 באַטייליקטע, וואָס זיי האָבן געגעבן אײַזקרעם און שאָקאָלאַד צום עסן, האָט זיך בײַ אַ טייל מענטשן שטאַרק געהעכערט דער בלוטצוקער, בעת בײַ אַנדערע — כּמעט אין גאַנצן נישט.

די זעלבע גרויסע אונטערשיידן זענען פֿאָרגעקומען, ווען די באַטייליקטע האָבן געגעסן סושי און ראַזעווע ברויט. די מאַנשאַפֿט פֿונעם ווײַצמאַן־אינסטיטוט האָט דערפֿאַר אויסגעאַרבעט אַן אַלגאָריטעם, וואָס קאָן פֿאָרויסזאָגן די בלוטצוקער־רעאַקציעס פֿון זייערע באַטייליקטע, לויט דער אינפֿאָרמאַציע וועגן זייער מאָגן־באַקטעריע; די מעדיקאַמענטן, וואָס זיי נעמען אײַן; זייער משפּחה־געשיכטע און זייער לעבן־שטייגער.

ניצנדיק דעם אַלגאָריטעם, האָבן די וויסנשאַפֿטלער געקאָנט צונויפֿשטעלן אינדיווידואַליזירטע דיעטעס צו אַ גרופּע פֿון 100 פּאַציענטן, וואָס האַלטן זיך שוין בײַ דער גרענעץ פֿון דיאַבעט. במשך פֿון זעקס חדשים, האָבן די באַטייליקטע זיך געהאַלטן בײַ זייערע נײַע דיעטעס. ווי אַ רעזולטאַט, האָט זיך בײַ זיי ממשותדיק פֿאַרקלענערט דער פּראָצענט צוקער אינעם בלוט נאָך יעדער מאָלצײַט, און ס׳האָט זיך אויך פֿאַרגרעסערט דער ניוואָ פֿון דער „גוטער‟ באַקטעריע אין מאָגן.

„דער אַלגאָריטעם איז ענלעך צו דעם וואָס ׳אַמאַזאָן׳ ניצט, ווען ער לייגט אײַך פֿאָר וועלכע ביכער איר וואָלט מסתּמא געוואָלט לייענען,‟ האָט באַמערקט ארן סגל, אַ מיט־מחבר פֿון דער שטודיע. „מיר טוען דאָס זעלבע מיטן עסן.‟

אין אַ צווייטער שטודיע, פֿינאַנצירט דורכן אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, האָט מען צעטיילט בערך 1,500 מענטשן פֿון זיבן אייראָפּעיִשע לעדער אויף צוויי גרופּעס: איין גרופּע האָט מען געגעבן אינדיווידואַליזירטע דיעטעטישע עצות אויפֿן סמך פֿון זייער גענעטישער אינפֿאָרמאַציע, און דער צווייטער גרופּע האָט מען געהייסן פֿאָלגן די אַלגעמיינע תּקנות — עסן אַ סך פֿרוכטן, גרינסן און שפּײַז מיט גראָבער מעל; און עסן פֿלייש מיט ווייניק פֿעטס.

הגם די רעזולטאַטן פֿון דער אייראָפּעיִשער שטודיע זענען נאָך נישט פּובליקירט געוואָרן, האָט ד״ר דזשאָן מאַטערס, אַ נערונג־עקספּערט אין „ניוקאַסל־אוניווערסיטעט‟, ענגלאַנד, און דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע, דערקלערט: „די מענטשן, וואָס האָבן געפֿאָלגט אַן אינדיווידואַליזירטע דיעטע האָבן געהאַט געזינטערע רעזולטאַטן ווי די, וואָס האָבן געפֿאָלגט די אַלגעמיינע תּקנות‟.

ס׳איז קלאָר, אַז געוויסע שפּײַזן און געטראַנקען קאָנען שאַטן איין מענטש, אָבער בכלל נישט שאַטן אַ צווייטן, האָט דערקלערט ד״ר אַכמעד על־סאָכעמי, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון nutrigenomics — די וויסנשאַפֿט, וואָס שטודירט דאָס צוזאַמענשפּיל פֿון נערונג און די גענען — אינעם טאָראָנטער אוניווערסיטעט. „קאַווע איז אַ בײַשפּיל דערפֿון; לויט די הײַנטיקע כּללים, מעג אַ מענטש טרינקען ביז 4 אָדער 5 טעפּלעך קאַווע אַ טאָג. דאָס איז טאַקע נישט קיין פּראָבלעם פֿאַר בערך אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג, וואָס דער גוף בײַ זיי מעטאַבאָליזירט אַלץ זייער גיך. „אָבער בײַ דער צווייטער העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערטנג, וואָס האָט אַ וואַריאַנט פֿונעם גען CYP1A2, קאָן דאָס אויסטרינקען נישט מער ווי צוויי טעפּלעך קאַווע אַ טאָג, אַנדערש וועט פֿאַרגרעסערט ווערן די ריזיקע פֿון אַ האַרץ־אַטאַק און הויכן בלוטדרוק.‟

עקספּערטן עצהן אָבער, אַז קיינער זאָל ממשותדיק נישט בײַטן זײַן דיעטע, איידער ער האָט זיך באַראַטן מיט אַ דאָקטער אָדער רעגיסטרירטן דיעטעטיקער.