No Place Like Home

ס׳איז געזינטער אויסצוטאָן די שיך

It's Healthier to Take Your Shoes Off

  • Print
  • Share Share

זענט איר אַ מאָל געקומען צו עמעצן אין שטוב, און מע האָט אײַך געבעטן אויסטאָן די שיך? בײַ אַ סך משפּחות פֿון כינע, יאַפּאַן, אינדיע און אַנדערע לענדער, לאָזן אַלע איבער די שיך בײַ דער טיר ווי נאָר מע טרעט אַריבער די שוועל.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז טאַקע געזינטער אַזוי. אין אַ שטודיע פֿונעם היוסטאָנער אוניווערסיטעט, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער איבערגעקוקט די שיך אין 30 הײַזער אין דער שטאָט היוסטאָן און געפֿונען C. Diff אויף נישט ווייניקער ווי 40% פֿון די זײַלן פֿון די שיך — נאָך מער ווי אין די טואַלעטן (33%).

לויטן „צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟, איז C. Diff (אַ פֿאַרקירצונג פֿון Clostridium difficile) אַ באַקטעריע, וואָס קאָן גורם זײַן אַן אָנצינדונג פֿון דער גראָבער קישקע (קאָלאָן). צווישן די סימפּטאָמען: אַ לויזער מאָגן, היץ, אַפּעטיטלאָזיקייט, און מיגלקייט. קיין שום אַנטיביאָטיק־מיטל קאָן נישט פֿאַרטיליקן די־אָ באַקטעריע, און דערפֿאַר קאָנען מענטשן בלײַבן חדשים לאַנג אין שפּיטאָל, בפֿרט אויב זיי שטעקן זיך אָן מיט דער אינפֿעקציע מער ווי איין מאָל. ס׳קאָסט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, צום ווייניקסטן, 1 ביליאָן דאָלאַר אַ יאָר צו באַהאַנדלען C. Diff.

די פֿאָרשער בײַם „צענטער פֿון געזונט־וויסנשאַפֿט‟ אינעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט זאָגן, אַז אַ הויפּט־סיבה, פֿאַר וואָס די פּאַציענטן שטעקן זיך אָן מיט אַזאַ אינפֿעקציע איז, ווײַל זיי ניצן צו אָפֿט אַנטיביאָטיק־מיטלען — אַ זאַך, וואָס הרגעט אויס נישט בלויז די „שלעכטע‟ באַקטעריע, נאָר אויך די „גוטע‟ באַקטעריע, וואָס באַשיצט דעם מאָגן פֿון דער „שלעכטער‟ באַקטעריע.

פּאַציענטן אין שפּיטאָל, ווי אויך עלטערע לײַט, זענען צום מערסטן גענייגט זיך אָנצושטעקן מיט C. Diff, אָבער איצט ווייסן מיר, אַז די באַקטעריע לויערט אויך אויף אונדזערע שיך — מסתּמא, צוליב דעם אָפּגאַנג פֿון חיות, וואָס מע האָט נישט־וויסנדיק אַרײַנגעטראָטן אין דעם. דער בעסטער אופֿן צו פֿאַרהיטן, אַז די באַקטעריע זאָל זיך נישט אַרײַנגנבֿענען צו אונדז אין הויז איז, אויסצוטאָן די שיך בײַ דער טיר.

דער צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל רעקאָמענדירט אויך בלויז אײַנצונעמען אַנטיביאָטיק, וואָס אַ דאָקטער האָט אײַך פֿאַרשריבן, און אָפֿט צו וואַשן די הענט, בפֿרט פֿאַרן עסן און נאָכן גיין אין וואַשצימער.


נאָך אַן עצה אין שײַכות מיט די שיך…

נאָך אַ לאַנגן שפּאַציר אָדער מאַכן פֿיזישע געניטונגען, ווערן מיר, אַוודאי, גוט פֿאַרשוויצט, און ווי אַ פּועל־יוצא ווערן אונדזערע גומעשיך זייער פֿײַכט און באַקומען אַ נישט־אײַנגענעמען ריח. אָט זענען עטלעכע עצות ווי פּטור צו ווערן דערפֿון:

  1. די אויסגעניצטע טיי־פּעקעלעך שווענקט אויס און באַטריקנט זיי מיט פּאַפּירענע האַנטעכלעך. ווען איר טוט אויס די שטינקענדיקע שיך, שטעקט אַ טיי־פּעקעלע אַרײַן אין יעדן שוך, נאָענט צו דער „נאָז‟.

  2. לייגט אַ שאָלעכץ פֿון אַ מאַראַנץ, גרייפּפֿרוכט, לימענע אָדער גרינע לימענע אַרײַן אין שוך, נאָענט צום פֿאָרנט, און לאָזט עס דאָרט איבערנאַכט.

  3. איר קענט אַפֿילו ניצן אַ צעשניטענע ציבעלע פּטור צו ווערן פֿונעם ריח. לאָזט עס דאָרט איבערנאַכט, וועט איר זען אַן אונטערשייד.