אַ צאָל מענטשן מײַדן אויס צו טרינקען פֿון עפֿנטלעכע וואַסער־פֿאָנטאַנען, כאָטש ס׳איז גוט באַקאַנט, אַז די מוניציפּאַליטעטן פֿון אַלע הויפּט־שטעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האַלטן אַ שטרענגן אויפֿזיכט, אַז עס זאָלן נישט אַרײַן קיין באַקטעריעס אינעם שטאָטישן וואַסער, און אַז ס׳איז גוט צום טרינקען.
איין סיבה, פֿאַר וואָס מענטשן זאָרגן זיך וועגן קאָנטאַמינירטן וואַסער קאָן זײַן, אַז זיי האָבן עס געהערט פֿון זייערע טאַטע־מאַמע אָדער באָבע־זיידע, וואָס געדענקען נאָך די פּאָליאָ־עפּידעמיע פֿון די 1950ער יאָרן. די אַמעריקאַנער האָבן דעמאָלט זיך שטאַרק געשראָקן פֿאַר די וואַסער־פֿאָנטאַנען, פּונקט ווי זיי האָבן מורא געהאַט פֿאַרן וואַסער פֿונעם אָפּגאָס אין שטוב, פֿון די שווימבאַסיינען, קינאָ־טעאַטערס און אַנדערע מאַסן־ערטער, וואָס מע האָט זיי חושד געווען ווי אָנשטעק־פּונקטן.
צום טייל, איז די זאָרג געווען אַ באַרעכטיקטע, ווײַל דער פּאָליאָ־ווירוס האָט זיך פֿאַרשפּרייט דורך קינדער, און דערפֿאַר איז די גרעסטע סכּנה געווען די ערטער, וווּ קינדער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט.
בײַ ס׳רובֿ עפֿנטלעכע טרינק־פֿאָנטאַנען איז הײַנט כּמעט אין גאַנצן נישטאָ קיין ריזיקע פֿון קראַנק ווערן, אַפֿילו אויב די קינדער לייגן די מײַלער צו צום שפּריצרערל, ווײַל דאָס וואַסער ווערט כּסדר פֿאַרשווענקט און באַנײַט. פֿון דער אַנדערער זײַט, קאָן אינעם פֿאָנטאַן, אין וועלכן דאָס וואַסער שפּריצט אַרײַן, יאָ זיך געפֿינען באַקטעריע, ווײַל געוויסע מענטשן שפּײַען אין אים אַרײַן איידער אָדער נאָך דעם ווי זיי כליאָבען אָפּ אַ ביסל וואַסער.
געוויסע אייגנטימער פֿון הינט דערלויבן זייערע ליבלינגען צו טרינקען פֿונעם פֿאָנטאַן. כאָטש דאָס קאָן מיגלען אַ זײַטיקן צוקוקער, זענען די באַקטעריע בײַ הינט זעלטן אַ סכּנה פֿאַר מענטשן.
די טיילן פֿונעם פֿאָנטאַן, וואָס קאָנען יאָ קאָנטאַמינירט ווערן, זענען די וואָס קומען אין קאָנטאַקט מיט הענט: סײַ דער ראַנד פֿון באַסיין, סײַ דאָס הענטל, וואָס מע ניצט אָנצודרייען דאָס וואַסער. די זעלבע סכּנה געפֿינט זיך אויף די פּאַרענטשן און סלופּן אין דער באַן, אויף דער באַן־סטאַנציע און אין אויטאָבוסן; אויף די קליאַמקעס פֿון טירן; אויף קאָמפּיוטער־קלאַוויאַטורן און אַנדערע אייבערפֿלאַכן, וואָס ווערן כּסדר אָנגערירט פֿון הענט.
הגם דאָס וואַסער אין די גרויסע שטעט איז טאַקע גוט דיסאינפֿיצירט, קאָנען זיך אָבער יאָ געפֿינען ווירוסן און באַקטעריעס בײַם וואַסער אין די לאַגער-פּלעצער טיף אין וואַלד, וווּ עס שלאָגט אַרויס דער קוואַל פֿון די אָזערעס אָדער קרעניצעס, ווי אויך אין קליינע שטעטלעך, אויב דער ברונעם געפֿינט זיך לעבן אַ צעבראָכענעם אָפּגאַנג־קאַנאַל.
(אַדאַפּטירט פֿון אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.