No Place Like Home

זיצן איז אויך שלעכט פֿאַר קינדער

Sitting is Bad for Children, Too

  • Print
  • Share Share

מיר האָבן שוין פֿריִער געשריבן וועגן אַ צאָל שטודיעס, וואָס האָבן באַוויזן, אַז ווען מענטשן זיצן צו לאַנג יעדן טאָג, שטײַגט די ריזיקע פֿאַר דיאַבעט, איבערוואָגיקייט, האַרץ־פֿעלערן, לעבער־קראַנקייט און אַפֿילו אַ צו־פֿריִען טויט. דאָס ערגסטע פֿון אַלץ איז, אַז די ריזיקע בלײַבט אַ הויכע, אַפֿילו אויב עמעצער מאַכט יעדן אינדערפֿרי פֿיזישע געניטונגען אָבער זיצט דערנאָך אַ גאַנצן טאָג אויף אַן אָרט.

יענע שטודיעס זענען אָבער געווען בלויז וועגן דערוואַקסענע. ווי עס ווײַזט אַ נײַע שטודיע פֿון געזונטע יונגע מיידלעך, איז דאָס זיצן שעהען לאַנג אויך אַ סכּנה פֿאַר קינדער.

דער באַריכט האָט אָנגעוויזן, אַז ווען קינדער זיצן דרײַ שעה לאַנג אָן אַן איבעררײַס, קומען פֿאָר ענדערונגען אינעם בלוט, וואָס פֿליסט אין זייערע אַרטעריעס; בײַ דערוואַקסענע קאָנען אַזוינע ענדערונגען גורם זײַן פּראָבלעמען מיטן האַרץ און די אָדערן.

די שטודיע איז אָפּגעדרוקט געוואָרן דעם חורש אינעם זשורנאַל Experimental Physiology.

צום באַדויערן, זיצן קינדער הײַנט טאַקע זייער אַ סך במשך פֿונעם טאָג. איין אָקערשטיקע אינטערנאַציאָנאַלע שטודיע האָט אַנטדעקט, אַז קינדער איבער דער וועלט זיצן בערך 8.5 שעה יעדן טאָג. אַ צווייטע שטודיע האָט אָנגעוויזן, אַז נאָכן עלטער פֿון 8 יאָר ווערן קינדער פּלוצלינג אַ סך ווייניקער אַקטיוו — בפֿרט מיידלעך.

די פֿאָרשער פֿון דער איצטיקער שטודיע האָבן פֿאַרזאַמלט נײַן מיידלעך צווישן 9 און 12 יאָר אין דער לאַבאָראַטאָריע. צוויי מיידלעך זענען געווען איבערוואָגיק; די אַנדערע האָבן געהאַט אַ נאָרמאַלן וואָג.

צו ערשט האָט מען געמאָסטן די פֿונקציעס פֿונעם בלוט־שטראָם בײַ די מיידלעך. אַלע האָבן געהאַט געזונטע אַרטעריעס. דערנאָך האָט מען געבעטן אַ העלפֿט פֿון די מיידלעך זיצן דרײַ שעה לאַנג אָן אויפֿהער אויף באַקוועמע ווייכע זיצזעק, שפּילנדיק מיט „אײַ־פּעדס‟ און קוקנדיק פֿילמען. ווען איינע האָט געדאַרפֿט גיין אין וואַשצימער, האָט מען זי געפֿירט אַהין אין אַ רעדלשטול.

די אַנדערע מיידלעך זענען אויך געזעסן דרײַ שעה לאַנג, אָבער בײַם אָנהייב פֿון יעדער שעה, האָט מען זיי געהייסן צוגיין צו אַ שטייענדיקן וועלאָסיפּעד און פֿאָרן אויף אים 10 מינוט לאַנג, און דערנאָך — צוריק זיך אַוועקזעצן אויפֿן זאַק.

נאָך דעם האָט מען ווידער אונטערגעזוכט די אַרטעריעס פֿון אַלע מיידלעך.

מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָבן די מיידלעך זיך ווידער באַטייליקט אינעם עקספּערימענט, אָבער דאָס מאָל האָבן די מיידלעך וואָס זענען פֿריִער געפֿאָרן אויף די וועלאָסיפּעדן, געזעסן דרײַ שעה אָן אויפֿהער, און פֿאַרקערט — די מיידלעך וואָס זענען פֿריִער בלויז געזעסן, זענען איצט געפֿאָרן אויף וועלאָסיפּעדן יעדע שעה. דער רעזולטאַט? בײַ די מיידלעך, וואָס זענען געזעסן דרײַ שעה לאַנג אָן אויפֿהער, האָבן די אַרעטעריעס מער נישט פֿונקציאָנירט אַזוי גוט ווי פֿריִער. זייער אָדער־פֿונקציעס זענען געפֿאַלן מיט בערך 33%.

די גוטע נײַעס איז, אַז ווען די מיידלעך זענען יעדע שעה געפֿאָרן 10 מינוט לאַנג אויף אַ וועלאָסיפּעד, איז בכלל נישט פֿאָרגעקומען קיין ירידה פֿון זייערע אָדער־פֿונקציעס.

„ס׳איז קלאָר פֿון אונדזערע רעזולטאַטן, אַז קינדער טאָרן נישט זיצן אָן אַן איבעררײַס שעהען לאַנג,‟ האָט דערקלערט ד״ר אַלי מאַק׳מאַנוס, די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע.

די פֿאָרשער האָבן געעצהט די עלטערן און לערער צו מוטיקן די יונגע לײַט אויפֿצושטיין און זיך דורכגיין אַ ביסל כאָטש איין מאָל אַ שעה. אַ שפּאַציר איבערן קלאַסצימער אָדער גאַסטצימער וואָלט געדאַרפֿט העלפֿן.

צום באַדויערן, זענען די בענקלעך — בפֿרט באַקוועמע בענקלעך — פּונקט אַזוי צוציִיִק פֿאַר יונגע לײַט ווי פֿאַר דערוואַקסענע. „ס׳איז מיר געווען אַ חידוש ווי גרינג ס׳איז געווען די מיידלעך צו זיצן שטיל דרײַ גאַנצע שעה,‟ האָט ד״ר מאַק׳מאַנוס באַמערקט.