אַ חבֿרטע מײַנע האָט מיר אַ מאָל דערציילט, אַז בעת אַן אינטערוויו פֿאַר אַ שטעלע אין אַ זומער־לאַגער, האָט דער דירעקטאָר זי געפֿרעגט, וואָס פֿאַר אַ פֿעיִקייטן האָט זי? נאָכן איבערגעבן עטלעכע פֿון אירע טאַלאַנטן, האָט זי צוגעגעבן: „און איך ווייס אויך ווי אַזוי צו אַרבעטן מיט עגאָיִסטן.‟ דער דירעקטאָר האָט זיך צעשמייכלט און געזאָגט: „אויב אַזוי, האָט איר טאַקע די פּאָזיציע.‟
דזשאָן אייקאָף, דער מחבר פֿון פֿינף ביכער, וואָס ווײַזן מענטשן, ווי אַזוי מצליח צו זײַן בײַ דער אַרבעט, האָט לעצטנס געשריבן, אַז הגם ס׳איז גוט צו האָבן אַ שיינעם רעזומע און אַ באַלעבאַטישן דיפּלאָם, זענען פּונקט אַזוי וויכטיק געוויסע סובטילע טאַלאַנטן, ווי דאָס קאָנען פֿרײַ שמועסן מיט די מיטאַרבעטער בעת דער מיטאָג־שעה; דאָס געדענקען אײַער מיטאַרבעטערס געבוירן־טאָג, אָדער דאָס וויסן ווי אַזוי אַרויסצוציִען אַ פּאַפּיר, וואָס איז שטעקן געבליבן אינעם אָפּדרוקער.
עס דאַכט זיך אפֿשר, אַז דאָס זענען קלייניקייטן, אָבער אַזוינע „שטילע‟ פֿעיִקייטן קאָנען אײַך ממשותדיק העלפֿן מצליח זײַן אין אײַער קאַריערע:
קומט יעדן טאָג אין ביוראָ: ווען מע שטעלט „גוגל‟ די פֿראַגע: „וואָס איז די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס מענטשן ווערן אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט?‟ וועט „גוגל‟ ענטפֿערן: „דאָס פֿאַרפֿעלן צו פֿיל טעג‟. איין אָנגעשטעלטער וועט, למשל, זאָגן, אַז ער איז קראַנק, ווען ער וויל בלויז אַוועק אויף וואַקאַציע; אַ צווייטער קומט תּמיד אָן שפּעט. דאָס זײַן בײַ דער אַרבעט יעדן טאָג און דאָס זײַן פּינקטלעך זענען פֿעיִקייט, וואָס יעדער באַלעבאָס שאַצט שטאַרק אָפּ.
לייגט צו אַ האַנט: אַן אַדוואָקאַט, וואָס איך קען, פֿרעגט תּמיד די אַנדערע אַדוואָקאַטן אין זײַן ביוראָ, אויב ער קען זיי העלפֿן מיט זייערע שווערסטע לעגאַלע פֿאַלן. ער זאָגט, אַז בײַם טאָן די אַרבעט, לערנט ער זיך אויס נײַע זאַכן, און גלײַכצײַטיק זענען די מיטאַרבעטער זייער דאַנקבאַר.
זײַט דיפּלאָמאַטיש: פּאַרקירט נישט אינעם אָרט פֿון אַ מיטאַרבעטער, וואָס האַלט, אַז דאָס איז „זײַן‟ אָרט, און טרינקט נישט פֿונעם קאַווע־טעפּל, וואָס איז אײַער מיטאַרבעטערס באַליבטסט טעפּל. אַזוינע פֿאַלן שאַפֿן אומזיסטע מאַכט־קאַמפֿן.
האַלט אָפּ זיצונגען ווען מענטשן האָבן די בעסטע געדאַנקען: אויב איר ווילט, אַז אײַער פּערסאָנאַל זאָל קומען מיט שעפֿערישע אײַנפֿאַלן, פּלאַנירט די זיצונג פֿרי אין טאָג; נישט פֿרײַטיק, 4:00 נאָך מיטאָג, ווען די געדאַנקען זענען שוין ערגעץ אַנדערש־וווּ.
זײַט בייגעוודיק: באַקלאָגט זיך נישט כּסדר וועגן די אַרבעט־באַדינגונגען — אַז ס׳איז צו פֿינצטער, צו קאַלט, אָדער צו דושנע. דער אייביקער כּלל איז: סײַדן איר זעט אַ שלאַנג אין אײַער ביוראָ, קענט איר זיך אַן עצה געבן.
גייט ווײַטער אָן מיט אײַער בילדונג: אויב אײַער פֿירמע איז גרייט צו פֿינאַנצירן קורסן פֿאַר אײַך, ניצט אויס די געלעגנהייט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.