No Place Like Home

פּסחדיקע שפּינאַט־נעסטעלעך

Passover Spinach Cups

  • Print
  • Share Share

4 גרויסע קאַרטאָפֿליעס

1 לעפֿעלע זאַלץ

4 לעפֿל איילבערט־בוימל

2 טעפּלעך געקאָכטער שפּינאַט

1/2־2 לעפֿעלעך קנאָבל־פּראָשיק

1/2־2 לעפֿעלעך ציבעלע־פּראָשיק

1/4־1/2 לעפֿעלע פֿעפֿער

4 לעפֿעלעך קאַנאָלע־בוימל

שפּריצבוימל

4 אייער

הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 גראַד צעלזיוס).

צערײַבט די קאַרטאָפֿליעס, מישט אַרײַן 1/2 לעפֿעלע זאַלץ און לאָזט עס ליגן אין אַ זיפּ איבער אַ שיסל 20 מינוט, ביז ס׳רינט אָפּ דער זאַפֿט.

אין אַ גרויסער פּאַטעלניע, הייצט אָן דעם איילבערט־בוימל און פּרעגלט דעם שפּינאַט. מישט אַרײַן דעם קנאָבל־פּראָשיק, ציבעלע־פּראָשיק און 1/2 לעפֿעלע זאַלץ. קאָכט עס ביז ס׳רובֿ פֿונעם וואַסער ווערט אויסגעוועפּט. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער.

קוועטשט אויס דאָס וואַסער פֿון די געריבענע קאַרטאָפֿל און שיט עס אַרײַן אין אַ שיסל. מישט אַרײַן 1/2 לעפֿעלע קנאָבל־פּראָשיק, 1/2 לעפֿעלע ציבעלע־פּראָשיק, 1/2 לעפֿעלע פֿעפֿער און 4 לעפֿעלעך קאַנאָלע־בוימל.

באַשפּריצט מיט שפּריצבוימל אַ מאָפֿין־בעקן מיט 12 גריבעלעך. צעטיילט דאָס קאַרטאָפֿל־געמיש אין יעדן גריבל, דריקנדיק עס פֿון אונטן און אין די זײַטן. באַקט זיי 15 מינוט, ביז זיי ברוינען זיך צו אַ ביסל. נעמט אַרויס דעם בעקן פֿון אויוון.

אין אַ מיטעלער שיסל, צעקלאַפּט די אייער, און מישט אַרײַן דעם שפּינאַט. גיט אַרײַן דאָס שפּינאַט־געמיש אין יעדן קאַרטאָפֿל־נעסטל. באַקט זיי 10 מינוט, ביז דאָס שפּינאַט־געמיש ווערט סאָליד. נעמט אַרויס דעם בעקן פֿון אויוון און לאָזט די שפּינאַט־נעסטלעך זיך אָפּקילן אַ ביסל. ניצנדיק אַ פּוטער־מעסער, נעמט יעדעס נעסטל פּאַוואָליע אַרויס פֿון גריבל, שטעלט זיי אַלע אויס אין אַ טאַץ, און דערלאַנגט צום טיש.