אַ סך מענטשן איבער 65 יאָר פֿאַרברענגען די לעצטע תּקופֿה פֿון זייער לעבן אין אַ הויז פֿאַר פּענסיאָנירטע לײַט. איך געדענק, אַז איידער מײַן מאַמע ע״ה האָט זיך מיט צען יאָר צוריק אַריבערגעקליבן אין אַזאַ בנין, האָט זי זיך זייער געערגערט וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק זי וועט דאָרט מאַכן און האָט, אַ טאָג פֿאַרן אַרײַנציִען זיך, געבעטן בײַ מיר, איך זאָל איר קויפֿן אַ שיינע, שוואַרצע מאַרינאַרקע. „ווי קען איך דען אַרײַנגיין אינעם עפֿנטלעכן עסצימער, טראָגנדיק מײַן געלעכערטן סוועדער?‟ האָט זי געפֿרעגט.
די מאַמע האָט, אַ פּנים, פֿאַרשטאַנען, אַז אַפֿילו בײַ די לײַט, וועלכע האָבן לויט דער תּורה שוין דערגרייכט דעם עלטער פֿון חכמה, געפֿינען זיך נאָך יענע, וואָס באַרעדן אָדער באַעוולען אַ מענטשן בלויז ווײַל ער אָדער זי זעט נישט אויס, אָדער פֿירט זיך נישט אויף לויט „זייערע‟ סטאַנדאַרטן. כ׳האָב געוואָלט, אַז מײַן מאַמע זאָל זיך פֿילן באַקוועם אין דער נײַער סבֿיבֿה, האָב איך איר געקויפֿט די מאַרינאַרקע. מע האָט זי טאַקע זייער שיין אויפֿגענומען אינעם פּענסיאָנערן־הויז און זי איז קיין מאָל נישט באַעוולט געוואָרן פֿון די אַנדערע אײַנוווינער.
נישט אַלע עלטערע לײַט האָבן אַזאַ מזל. די וואָך האָט די שרײַבערין, דזשעניפֿער ווינער, דערציילט אין אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען מיט איר 97־יאָריקער באָבען. די באָבע האָט געוווינט אַליין, אָבער נאָך דעם ווי זי איז עטלעכע מאָל געפֿאַלן און זיך צעקלאַפּט, האָט זי געבעטן איר טאָכטער (דזשעניפֿערס מומע) צו געפֿינען אַ דירה אין אַ פּענסיאָנערן־הויז, וווּ זי קען עסן אין אַן עסצימער מיט די אַנדערע אײַנוווינער, און גיין אויף פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן.
געזאָגט און געטאָן. עטלעכע טעג נאָך דעם ווי די באָבע האָט זיך אַריבערגעקליבן אינעם פּענסיאָנערן־הויז, האָט דאָס אייניקל איר אָנגעקלונגען, און געפֿרעגט ווי עס גייט.
„די דירה איז שיין, דאָס עסן איז געשמאַק און מע גיט דאָ פֿאַרשידענע מינים קלאַסן,‟ האָט די באָבע געענטפֿערט.
„האָסטו זיך געשאַפֿן נײַע פֿרײַנד?‟ האָט דזשעניפֿער געפֿרעגט, פּונקט ווי זי פֿלעגט פֿרעגן איר קינד, נאָכן ערשטן טאָג פֿון קינדערגאָרטן.
די באָבע האָט געשוויגן און דערנאָך מיט פֿאַראיבל צוגעגעבן: „זיי לאָזן מיך נישט זיצן בײַ זייער טיש!‟
„וואָס? ווער לאָזט דיך נישט זיצן בײַ זייער טיש?‟
„איך פּרוּוו זיך אַוועקזעצן, און זיי זאָגן: ׳ניין, דאָס אָרט איז שוין פֿאַרנומען׳.‟
דער באָבעס רייד האָט דערוועקט אין דזשעניפֿער די פּײַנלעכע זכרונות, ווען זי איז געווען אין זיבעטן קלאַס. אַרײַנקומענדיק אין דער קאַפֿעטעריע, האָט קיין איין מיידל איר נישט דערלויבט צו זיצן לעבן איר. פֿאַר וואָס? ווײַל דזשעניפֿער האָט געהאַט מיטגעבראַכט איר מיטאָג אין אַ „קינדערישן‟ מיטאָג־קעסטל, בעת די אַנדערע מיידלעך האָבן געבראַכט זייער מיטאָג אין שיינע פֿרויען־טאַשן. גיי זײַ אַ חכם…
„און ווען זיי שפּילן ׳ברידזש׳ און כ’זאָג זיי, אַז איך קען אויך די שפּיל, ענטפֿערן זיי מיר, אַז זיי זוכן נישט נאָך אַ שפּילער,‟ האָט דזשעניפֿערס באָבע ווײַטער געזאָגט.
דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך הער, אַז אַפֿילו בײַ 90־יאָריקע לויערט אַ געוויסע קלאַסן־סיסטעם, וווּ די „אָנגעזעענע‟ פֿון דער חבֿרה שליסן אויס די „נישט־אָנגעזעענע‟. מיר האָט זיך ביז דעמאָלט אויסגעדאַכט, אַז די אמתע סכּנה פֿאַר עלטערע לײַט זענען אַכזריותדיקע אויפֿפּאַסער, קרובֿים אָדער אַנדערע באַקאַנטע, וואָס שלאָגן אָדער פֿאַרנאַכלעסיקן זיי, אָדער שווינדלען בײַ זיי אויס דאָס געלט. די מעגלעכקייט, אַז אַן עלטערער מענטש קאָן באַעוולט ווערן פֿון אַנדערע עלטערע לײַט, זעט כּמעט אויס ווי אַ שפּאַס. מיר מיינען אַלע, אַז אַן אומסימפּאַטיש מיידל אָדער ייִנגל וועט מיט דער צײַט זיך אויסמענטשלען, און ווי אַ רעזולטאַט, זיך באַציִען שענער צו אַנדערע. די איבערלעבונג פֿון דזשעניפֿערס באָבע ווײַזט אָבער, אַז ס׳איז נישט תּמיד אַזוי. די אומסימפּאַטישע בלײַבן אומסימפּאַטיש; דער איינציקער אונטערשייד איז, אַז הײַנט טראָגן זיי פֿאַלשע ציין.
לויט אַ שטודיע, דורכגעפֿירט לעצטנס פֿון קאָרנעל־אוניווערסיטעט, זענען אַגרעסיווע, און אַפֿילו ברוטאַלע אַקציעס צווישן די אײַנוווינער אין אַ מושבֿ־זקנים אַ באַקאַנטע זאַך. די פֿאָרשער האָבן אַנטדעקט, אַז במשך פֿון פֿיר וואָכן, האָבן 20% פֿון די אײַנוווינער אין אַ צאָל מושבֿ־זקנימס דורכגעלעבט אַ „נעגאַטיוון אָדער אַגרעסיוון‟ עפּיזאָד. 16% פֿון זיי האָט עמעצער געשאָלטן אָדער אויף זיי געשריגן; 6% האָט מען געשלאָגן אָדער געביסן; 1% האָבן געליטן פֿון „סעקסועלע‟ אינצידענטן (עמעצער האָט אומגעבעטענערהייט אַנטבלויזט זײַנע אייגענע אינטימע ערטער, אָדער „זיך געטשעפּעט‟ צו זיי), און בײַ 10.5% איז עמעצער, קעגן זייער ווילן, אַרײַנגעקומען אין צימער אָדער גענישטערט אין זייערע זאַכן.
דזשעניפֿערס באָבע איז אַפֿילו געווען גרייט צו קויפֿן אַ גייערל (walker) פֿאַר $400, אַבי צו מאַכן אַ בעסערן אײַנדרוק אויף אירע שכנטעס. ס׳האָט איר אָבער געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס, ווײַל איר „חסרון‟ איז, אַ פּנים, געווען אַ זאַך, וואָס זי קען סײַ־ווי נישט בײַטן: איר עלטער. אין אַ פּענסיאָנערן הויז, איז זייער פֿאַרשפּרייט דער געדאַנק „וואָס יונגער, אַלץ בעסער‟. אַפֿילו אין אַ הויז פֿאַר עלטערע לײַט, וועלן די מענטשן אין די 80ער זיך נישט פֿאַראינטערעסירן מיט די מענטשן איבער 95 יאָר. דזשעניפֿערס באָבע איז געווען בײַ די קלאָרע געדאַנקען, אָבער באַלד ווי אירע שכנטעס האָבן דערהערט, אַז זי איז 97 יאָר אַלט, האָבן זיי זי נישט געוואָלט זען בײַ זייער טיש.
„מײַן באָבע באַמיט זיך ווײַטער צו געפֿינען פֿאַר זיך אַן אָרט,‟ שרײַבט דזשעניפֿער. „זי באַטייליקט זיך אין אַ ייִדיש־קלאַס, אַ שמועסקרײַז וועגן די נײַעס פֿון טאָג, און אַפֿילו אַ קאָמפּיוטער־קלאַס. זי טוט אָן אַ שיינעם סוועדער אָדער שאַליקל, ווען זי גייט עסן וועטשערע, און באַמיט זיך צו געדענקען די נעמען פֿון אַלע מענטשן בײַ איר טיש אין עסצימער. זי האָט אַפֿילו אָנגעהויבן שפּילן מאַדזשאָנג. מיר האָפֿן אַלע, אַז דאָס וועט איר העלפֿן שאַפֿן נײַע פֿרײַנד.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.