No Place Like Home

דער לעצטער טאַבו: גט־מעלדונגען

Breaking the Last Taboo: Divorce Announcements

  • Print
  • Share Share

מײַן זון האָט אַ מאָל באַמערקט, אַז יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק אין אונדזער שיל ווינטשט מען מזל־טובֿ אַ געוויסער עלטערער פֿרוי, צוליב אירס אַן אייניקל, וואָס איז לעצטנס פֿאַרקנסט געוואָרן אָדער חתונה געהאַט.

„יאָ, די פֿרוי האָט טאַקע אַ סך מזל אין דעם פּרט,‟ האָב איך אים געענטפֿערט. „אָבער דו און אַ סך אַנדערע ווייסן נישט, אַז איינער פֿון אירע אייניקלעך האָט זיך לעצטנס דווקא געגט. אַזוינע זאַכן וועט מען אין שיל נישט מעלדן.‟

דאָס זעלבע קען מען זאָגן אויך מיט „פֿייסבוק‟, ווי עס האָט לעצטנס געשריבן האַנאַ זעליגסאָן אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟: „אַ סך פֿון אונדז שטעלן אַרויס אַ געוויסן אימאַזש אויף ׳פֿייסבוק׳, אַז אונדזער זיווג־לעבן איז גלײַך ווי אַ שטענדיקע, גליקלעכע וואַקאַציע. אין דער סאָציאַלער נעץ פֿון מער ווי 1 ביליאָן מענטשן, לייענט מען גאָר זעלטן וועגן די קריגערײַען, אַנגסטן אָדער אומצופֿרידנקייט, וואָס זענען אַ נאַטירלעכער טייל פֿונעם צוזאַמענלעבן צווישן מאַן־און־ווײַב. די שוועריקייטן פֿונעם זיווג־לעבן זענען, אַ פּנים, אַ פֿאַרבאָטענע טעמע אויף ׳פֿייסבוק׳.‟

ס׳איז אַ סך מער אָנגענומען צו שרײַבן וועגן צרות אין אַנדערע אַספּעקטן פֿון אונדזער לעבן, שרײַבט זעליגסאָן — וועגן טעותן, וואָס מיר האָבן געמאַכט אין אונדזער קאַריערע, אָדער וועגן דעם דוחק פֿון שלאָף, וואָס מיר מוזן דורכמאַכן בײַם אויפֿכאָווען קליינע קינדער.

דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי האָט איין „פֿייסבוק‟־ניצער, דער 37־יאָריקער מײַקל עלסבערג, אָבער באַשלאָסן צו גיין קעגן דעם טאַבו, מעלדנדיק אויף זײַן „פֿייסבוק־וואַנט‟: „דזשענאַ און איך זענען שוין מער נישט מאַן־און־ווײַב. דאָס איז געווען זייער אַן אָנגעווייטיקטער פּראָצעס פֿאַר אונדז ביידן, און מיר ווילן באַדאַנקען אונדזערע פֿרײַנד און משפּחה, וואָס האָבן אונדז צוגעהאָלפֿן במשך פֿון די שוועריקייטן. מיר זענען, אַגבֿ, אין זייער גוטע באַציִונגען.‟ זײַן געוועזענע פֿרוי, דזשענאַ לאַ פֿאַם, האָט געשטעלט די זעלבע מעלדונג אויף איר „וואַנט‟.

ס׳רובֿ פֿון די רעאַקציעס צו זייער מעלדונג זענען געווען פּאָזיטיווע.

בכלל, ווען מע בײַט דעם אייגענעם סטאַטוס אויף „פֿייסבוק‟, ווערט עס גלײַך צעפּויקט צו אַלע „פֿייסבוק‟־פֿרײַנד. איין באַניצער פֿון „פֿייסבוק‟, אַ פֿרוי אין די זעכציקער, האָט לעצטנס באַשלאָסן צוצוגעבן צו דער אינפֿאָרמאַציע וועגן זיך אַליין, אַז זי איז אַ חתונה־געהאַטע. תּיכּף האָבן אַלע אירע „פֿייסבוק‟־פֿרײַנד באַקומען די מעלדונג, אַז זי האָט חתונה געהאַט. די וועלכע קענען זי בלויז דורך „פֿייסבוק‟, האָבן איר געוווּנטשן מזל־טובֿ, אָבער אירע גוטע פֿרײַנד האָבן זיך געקראַצט דעם קאָפּ, וויסנדיק, אַז זי און איר מאַן האָבן חתונה געהאַט מיט מער ווי 30 יאָר צוריק. טאַקע דערפֿאַר דאַרף מען זיך היטן, ווען מע גיט צו אינפֿאָרמאַציע וועגן זיך צו דער אייגענער סטאַטוס־זײַט.

עס ווערט נאָך מער קאָמפּליצירט, ווען עס רעדט זיך וועגן בײַטן דעם סטאַטוס נאָך אַ גט. אין 2009, דערציילט זעליגסאָן, האָט פּעני בערימאַן — אַ 32־יאָריקע מאַרקעטינג־ספּעציאַליסטין פֿון אָסטין, טעקסאַס, געגעבן אַ קוק אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַט און דערזען, אַז איר דעמאָלטדיקער מאַן האָט שוין געביטן זײַן סטאַטוס פֿון „אַ חתונה־געהאַטער‟ צו „אַ נישט־חתונה־געהאַטער‟ — אַ מעלדונג פֿון זייער צעשיידונג, הגם זיי האָבן נאָך נישט געהאַט באַשלאָסן דאָס צו פֿאַרעפֿנטלעכן.

פֿרוי בערימאַן האָט דערווײַל געענדערט איר אייגענעם חתונה־סטאַטוס, דורך לאָזן עס סתּם ליידיק. זי האָט אָנגעהויבן אָפּמעקן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער חתונה גופֿא, און פֿון איר מאַן. „ס׳איז געווען שווער אויסצופּלאָנטערן, ווי אַזוי איך זאָל שילדערן אַ קאַפּיטל פֿון מײַן לעבן, וואָס פֿלעגט מיר זײַן אַזוי וויכטיק, אָבער עקזיסטירט שוין נישט מער,‟ האָט זי געזאָגט.

פֿאַר וואָס זענען מענטשן טאַקע גרייט אויסצודריקן אַנטוישונג אָדער פֿרוסטרירונג פֿון דער קאַריערע אָדער פֿון דער משפּחה בכלל, אָבער נישט וועגן זייער זיווג־לעבן? „מענטשן ווילן נישט עפֿנטלעך אַנטפּלעקן זייערע אייגענע חסרונות,‟ האָט דערקלערט שערי טורקל, אַ פּסיכאָלאָגין פֿון MIT און די מחברטע פֿון Alone Together: Why We Expect More From Technology and Less From Each Other. „אויב מע באַקלאָגט זיך וועגן דעם הינטל, דער שטעלע, אָדער אַפֿילו וועגן די קינדער, האַלט מען, אַז דאָס איז אַ דרויסנדיקער ענין. איר באַקלאָגט זיך וועגן די באַדינגונגען, וואָס דאָס לעבן האָט אײַך געשענקט,‟ האָט זי געזאָגט. „אָבער ווען מע קריטיקירט דאָס אייגן זיווג־לעבן, קריטיקירט מען במילא אויך זיך אַליין.‟

מיט אַנדערע ווערטער, מיר זעען אונדזער זיווג ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זיך אַליין. יעדער סימן פֿון שוואַכקייט, אומזיכערקייט אָדער מחלוקת קאָן שעדיקן אונדזער גוטן שם, וואָס מיר פּרוּוון אַזוי שטאַרק אויפֿצוהאַלטן דורך דער סאָציאַלער מעדיאַ.

פֿון דעסטוועגן, ווילן מענטשן יאָ רעדן וועגן זייער זיווג־לעבן. דערפֿאַר טוען זיי עס, בדרך־כּלל, אויף אַן אַנאָנימען אופֿן. עס זענען דאָ אַנאָנימע פֿאָרומס ווי Secret און Whisper, וואָס דערמעגלעכן די באַטייליקטע אויסצוזאָגן פֿון חדר, אָן צו שטערן די רעפּוטאַציע פֿון זייער הויזגעזינד.

עלסבערג האַלט, אַז „פֿייסבוק‟ קאָן פֿאָרט העלפֿן פֿאַרצרהטע פּאָרפֿעלקער, דורך דערלויבן זיי צו פֿרעגן שאלות, ווי, למשל: „ווי אַזוי קאָן איך אויסדריקן מײַן כּעס אויף אַן אופֿן, וואָס וועט נישט חרובֿ מאַכן אונדזער זיווג־לעבן?‟

דאָס שילדערן דאָס חתונה־לעבן ווי אַ „העפּי ענד‟ העלפֿט קיינעם נישט, און בפֿרט נישט די מענטשן, וואָס קלערן חתונה צו האָבן, האָט עלסבערג צוגעגעבן. פֿון דעסטוועגן, וועט דער ענין אין דער נאָענטער צוקונפֿט מסתּמא ווײַטער בלײַבן אַ טעמע הינטער געשלאָסענע טירן.