No Place Like Home

קאַליפֿיאָר־פּײַ

Cauliflower Pie

  • Print
  • Share Share

1 גרויסער קאַליפֿיאָר

5 לעפֿל איילבערט־בוימל

2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק)

2 אייער

אַ ביסל קורקומע

2 לעפֿל מעל

שפּריצבוימל

4 לעפֿל גראָבע ברייזל

הייצט אָן דעם אויוון ביז 450 גראַד (232 צעלזיוס). ניצנדיק אַ שאַרפֿן מעסער, צעשנײַדט דעם קאַליפֿיאָר אויף באַזונדערע „בלימעלעך‟ און פֿאַרפּאַרעט (steam) זיי אין אַ טאָפּ 15 מינוט לאַנג, ביז זיי ווערן ווייך.

צעשפּרייט איבערן טאָמבאַנק אַ לאַנג שטיקל פּאַרמעט־פּאַפּיר. שיט די קאַליפֿיאָר־בלימעלעך איבערן פּאַפּיר און צעקוועטשט זיי מיט אַ גאָפּל.

הייצט אָן 3 לעפֿל איילבערט־בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ קליינעם פֿײַער און גיט אַרײַן דעם קנאָבל. קאָכט עס ביז דער קנאָבל ווערט דורכזיכטיק, אָבער איידער עס ברוינט זיך צו. מישט אַרײַן דעם קאַליפֿיאָר, זאַלץ און פֿעפֿער. נעמט די פּאַטעלניע אַראָפּ פֿון פֿײַער און לאָזט די קאַליפֿיאָר זיך אָפּקילן.

אין אַ שיסל, צעקלאַפּט די אייער, קורקומע און מעל.

באַשפּריצט אַ קליינעם בעקן מיט שפּריצבוימל און באַשיט עס מיט אַ טייל פֿונעם ברייזל. גיט אַרײַן דאָס קאַליפֿיאָר־געמיש און שפּרייט עס אויס איבערן בעקן.

באַשיט דעם קאַליפֿיאָר מיטן איבעריקן ברייזל און דעם איבעריקן בוימל. באַקט עס אינעם אויוון אַ האַלבע שעה, אָדער ביז עס ברוינט זיך צו פֿון אויבן.

“Classic Cuisine of the Italian Jews”