יעדער ווייסט, אַז דער פּעריאָד, וואָס אַ קינד לעבט איבער צו ווערן אַ דערוואַקסענער — בערך צווישן 12 און 18 יאָר אַלט — איז זייער אַ קאָמפּליצירטער.
פֿון איין זײַט, שטאָלצירן די דערוואַקסלינגען, וואָס זיי הייבן שוין אָן אויסזען ווי מענער און דאַמען, און פֿילן זיך, סוף־כּל־סוף, אַ ביסל „באַפֿרײַט‟ פֿון טאַטע־מאַמע.
פֿון דער אַנדערער זײַט, לײַדן זיי פֿון אַ נײַער אומזיכערקייט בײַ זיך: צי וועל איך מצליח זײַן אין מײַנע קלאַסן? צי וועלן מײַנע פֿרײַנד מיר בלײַבן געטרײַ? צוליב די האָרמאָנישע ענדערונגען אינעם גוף, באַווײַזן זיך אויך אָפֿט פּרישטשיקלעך אויפֿן פּנים, וואָס שאַפֿן זיי נאָך מער עגמת־נפֿש.
ווי שווער עס זאָל נישט זײַן פֿאַר די דערוואַקסלינגען, איז עס אָבער נאָך שווערער פֿאַר זייערע עלטערן, האָט לעצטנס געשריבן די פּסיכאָלאָגין ליסאַ דאַמור אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟. די סיבה דערפֿאַר איז נישט בלויז, ווײַל די יוגנטלעכע קילן זיך אָפּ פֿון זיי, אָדער שטעלן זיך אַנטקעגן זייערע תּקנות און פֿאַרברענגען אַ סך מער צײַט מיט זייערע פֿרײַנד ווי מיט דער משפּחה, נאָר אויך, ווײַל פֿון צײַט צו צײַט ווערן זיי פּלוצלינג זייער וואַרעם צו די עלטערן (אָדער לכל־הפּחות, צו איינעם פֿון די עלטערן), פֿאַרטרויען זיי אינטימע סודות, און דערנאָך מיט אַ טאָג־צוויי שפּעטער — ווידער אויף מעסער־שטעך.
שטעלט זיך פֿאָר אַזאַ מיידל: זי איז אַזוי פֿאַרהאַוועט מיט אירע חבֿרטעס, היימאַרבעט און אַנדערע אַקטיוויטעטן, אַז די עלטערן זעען זי נישט עטלעכע טעג נאָך אַנאַנד. פּלוצלינג צעקריגט זי זיך מיט איר נאָענטסטער חבֿרטע, אָדער זי מאַכט דורך אַ שטיקל „דורכפֿאַל‟. פּונקט ווי אַ שווימערין, וואָס כאַפּט זיך אָן אינעם נאָענטסטן ראַנד פֿונעם שווימבאַסיין, כאַפּט דאָס מיידל זיך אָן אין דער מאַמען, כּדי אָפּצוכאַפּן אַ ביסל דעם אָטעם. אַנשטאָט דעם געוויינטלעכן איין־וואָרטיקן ענטפֿער צו דער פֿראַגע „וואָס הערט זיך?‟, גיסט זי זיך איצט אויס פֿאַר דער מאַמען דאָס האַרץ. זי הערט אויס אירע עצות און טוליעט זיך אפֿשר אַפֿילו צו צו איר אויף דער סאָפֿע. אַוודאי, געפֿינט זיך די מאַמע „אויפֿן זיבעטן הימל‟. שוין אַזוי לאַנג האָט זי דערוואַרט דעם טאָג, ווען די טאָכטער זאָל וועלן ווידער ווערן איר פֿרײַנדינע, זיך לערנען בײַ איר חכמה, און זוכן טרייסט פֿון איר פֿיזישער נאָענטקייט.
נאָר מיט אַ מאָל שטויסט די טאָכטער ווידער אָפּ די מאַמע. מיט אַנדערע ווערטער, זי איז גרייט זיך אומצוקערן צום שווימבאַסיין — איר וועלטעלע מחוץ דער משפּחה — און טוט אַלץ מעגלעך, כּדי זיך ווידער צו דערווײַטערן פֿון דער מאַמען. זי קריטיקירט זי אויף אַן אומברחמנותדיקן אופֿן, ווי, למשל דער זאָג: „ס׳פֿילט זיך פֿון דײַן מויל‟, אָדער וועט פּשוט ווידער פֿאַרשווינדן.
געוויסע עלטערן באַליידיקן זיך שטאַרק פֿון יענער „אָפּשטויסונג‟, און דערפֿאַר מײַדן זיי אויס דאָס קינד אין גאַנצן, אַפֿילו בעת יענע מאָמענטן, וואָס עס וויל זיך ווידער דערנענטערן. ס׳איז פֿאַרשטענדלעך, אַז עלטערן פֿילן זיך אָפּגעפֿרעמדט פֿונעם קינד במשך פֿון דער שווערער סטאַדיע, אָבער דאָס אָפּקילן זיך פֿון זיי אין גאַנצן איז אַ טעות, שרײַבט דאַמור: „ערשטנס, וועסטו פֿאַרפֿעלן יענע וווּנדערלעכע קורצע מאָמענטן פֿון אינטימקייט מיט אײַער קינד, און צווייטנס, וועט אײַער קינד, אָן אײַער שטיצע, מוזן זיך לערנען שווימען אין די אומרויִקע וואַסערן איינער אַליין.‟
דאָס מיינט אַוודאי נישט, אַז אַ טאַטע אָדער מאַמע דאַרף אָננעמען די חוצפּהדיקע רייד פֿונעם קינד אָן אַ פּראָטעסט. אויב דאָס קינד רעדט אויף אַ פֿרעכן אופֿן צו די עלטערן, דאַרף מען נישט שרײַען אָדער דראָען מיט אַ שטראָף (ס׳וועט סײַ ווי העלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס), נאָר זאָגן רויִק: „דאָס איז נישט קיין שיינע זאַך צו זאָגן‟ אָדער „דאַרפֿסט מיך נישט באַליידיקן‟.
אַנע פֿרויד, די טאָכטער פֿונעם באַרימטן פֿאָטער פֿון פּסיכאָאַנאַליז, זיגמונד פֿרויד, האָט אַ מאָל געזאָגט: „עס זענען דאָ ווייניק זאַכן אין לעבן, וואָס זענען אַזוי שווער ווי אָנהאַלטן אַ באַציִונג מיט אַ דערוואַקסלינג זון אָדער טאָכטער, בעת זיי באַמיִען זיך צו באַפֿרײַען פֿון טאַטע־מאַמע.‟
טאַטע־מאַמע דאַרפֿן זיך דערפֿאַר אָנזאָטלען מיט אַ ספּעציעלן פּסיכאָלאָגישן כּוח בעת די שווערע יאָרן. די מי איז אָבער כּדאַי, ווײַל שפּעטער, נאָך דעם ווי די יונגטלעכע ווערן שוין פֿולשטענדיקע דערוואַקסענע, וועלן זיי אײַך אין האַרץ באַדאַנקען, וואָס איר האָט זיי נישט אויפֿגעהערט ליב האָבן, אַפֿילו אין די ערגסטע טעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.