דאָס פֿאַרלירן אַ לעבנסבאַגלייטער איז פֿאַרבונדן מיט אַ צאָל געזונט־פּראָבלעמען, אָבער ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז עובֿר־בטלדיקייט נישט איינע פֿון זיי. לויט אַ נײַער שטודיע, קאָן דאָס ווערן אַן אַלמן אָדער אַלמנה דווקא אָפּלייגן דאָס ווערן עובֿר־בטל.
דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע, ד״ר ברײַען וווּדראָף, האָט צווישן די יאָרן 2005 און 2013 אָבסערווירט בערך 3,800 חתונה־געהאַטע מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן שוין געהאַט געוויסע שוועריקייטן מיטן זכּרון. די פּאָרלעך וועלכע האָבן זיך שפּעטער געגט האָט מען באַזײַטיקט פֿון דער שטודיע; זענען צום סוף געבליבן בערך 2,500 מענטשן. במשך פֿון די 8 יאָר, האָבן 134 פֿון זיי פֿאַרלוירן דעם זיווג.
כּמעט 1,000 פֿון אַלע באַטייליקטע זענען מיט דער צײַט געוואָרן עובֿר־בטל. אָבער מיט די אַלמנס און אַלמנות איז עס נישט געשען ביז זיי זענען געווען בערך 92 יאָר אַלט; מיט די, וועלכע האָבן נאָך געלעבט מיטן מאַן אָדער דער פֿרוי, האָט זיך עס אַנטוויקלט בײַ 83 יאָר.
וווּדראָף, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון נערווראָלאָגיע אינעם „מייאָ־קליניק‟ אין סקאָטסדייל, אַריזאָנע, איז זיך משער, אַז די אַלמנס און אַלמנות קריגן אפֿשר מער געזעלשאַפֿטלעכע שטיצע פֿון דרויסנדיקע מענטשן און אינסטיטוציעס, ווי די חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער, און דאָס העלפֿט זיי אויסצומײַדן די קראַנקייט אויף כּמעט 10 יאָר. „דערווײַל זענען מיר אָבער נישט זיכער, צי דאָס איז די סיבה,‟ האָט ער געזאָגט.
די וואָך האָט וווּדראָף אָפּגעהאַלטן צוויי לעקציעס וועגן אַלמנהשאַפֿט און עובֿר־בטלדיקייט אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַלצהײַמער אַסאָציאַציִע‟ אין קאָפּענהאַגען, דענמאַרק.
וווּדראָף האָט באַמערקט, אַז דאָס ווערן עובֿר־בטל האָט זיכער אַ גענעטישן עלעמענט, און דערפֿאַר, איז דאָס געפֿינס אַזוי וויכטיק.
מער ווי 5 מיליאָן אַמעריקאַנער לײַדן פֿון אַלצהײַמערס — דער פֿאַרשפּרייטסטער מין עובֿר־בטלדיקייט. די מוח־קראַנקייט אַנטוויקלט זיך פּאַמעלעך. צווישן אירע סימפּטאָמען: שוועריקייטן בײַם געדענקען; דאָס נישט קענען זיך אָריענטירן אינעם אַרום, און פּראָבלעמען מיט דורכפֿירן געוויינטלעכע טאָג־טעגלעכע אַקטיוויטעטן.