עטלעכע פֿאַרמער, וועלכע פֿאַרקויפֿן זייער שניט רעגלמעסיק אויף אַ מאַרק אין שטאָט, גיבן עטלעכע עצות פֿאַר זייערע קונים.
ווילט איר שפּאָרן געלט?
פֿרעגט מיך וועגן די „נישט־אַזוי־שיינע‟ פֿרוכטן און גרינסן, וואָס פֿאַר זיי קען מען קריגן אַ הנחה. איר קענט זיי ניצן צו מאַכן פּאָמידאָרן־סאָוס, אײַנגעמאַכטס אָדער זופּ — און מע קען זיי אויך עסן סתּם אַזוי, אויב עס אַרט אײַך נישט, וואָס ס׳איז אַ ביסל צעקוועטשט.
די בעסטע מציאות קריגט מען בײַם סוף פֿונעם טאָג
ס׳רובֿ פֿאַרמער ווילן נישט אַהיימשלעפּן קיין איבערגעבליבענע סחורה, וועלן זיי בײַם סוף פֿון טאָג פֿאַרקויפֿן געוויסע שפּײַזן מיט אַ הנחה. אָבער געוויסע פֿאַרמער־מערק דערלויבן נישט אַזאַ זאַך, איז פֿרעגט זיך נאָך.
וואַרט עטלעכע וואָכן נאָכן אָנהייב פֿון סעזאָן
די פּרײַזן זענען זייער הויך במשך פֿון די ערשטע וואָכן, וואָס מע פֿאַרקויפֿט געוויסע פֿרוכטן און גרינסן, ווי פֿערשקעס און פּאָמידאָרן. אויב איר ווילט שפּאָרן געלט, וואַרט עטלעכע וואָכן ביז דער אָפּשניט איז אַ גרויסער, וועלן די פּרײַזן במילא פֿאַלן.
קומט נישט מיט קיין פֿעסטער קויף־רשימה
אַז מע גייט אויף אַ פֿאַרמער־מאַרק, קען מען קיין מאָל נישט וויסן, וואָס מע וועט דאָרט געפֿינען — דאָס איז איינס פֿון די חנדלעך דערפֿון. דערפֿאַר איז גוט צו גיין אַהין אָן אַ פֿעסטן פּלאַן. שטעלט צונויף אײַער מעניו אויפֿן סמך וואָס איר געפֿינט דאָרט.
כ’בעט אײַך — דינגט זיך נישט מיט מיר
אַ מאָל וועט אַ קונה טענהן, אַז $3 איז צו פֿיל פֿאַר אַ בינטל בוריקעס, בשעת ער אַליין זיפּט אַ טעפּל „סטאַרבאָקס‟־קאַווע, וואָס קאָסט אַרום $3! דינגט איר זיך דען מיט דער „סטאַרבאָקס‟־קאַסירערין? האַלט אין זינען, אַז איך וועק זיך אויף 3 אַ זייגער פֿאַרטאָג, אַראָפּצונעמען דעם שניט, כּדי אויסצוהאַלטן מײַן משפּחה.
קוועטשט נישט די פֿערשקעס צו זען אויב זיי זענען צײַטיק
איר קענט מיך בעטן אײַך העלפֿן צו געפֿינען די צײַטיקסטע פֿרוכטן. איין געראָטענער מיטל: גיט אַ שמעק! אויב די פֿערשקע האָט אַ זיסן ריח, איז עס אַ סימן, אַז זי איז גרייט.
באַקענט זיך מיט איינעם פֿון די פֿאַרמער און ווערט זײַן שטענדיקער קונה
אויב איר קומט צו מײַן קיאָסק יעדעס מאָל, וועל איך אײַך שוין דערקענען אויפֿן פּנים, און ווער ווייסט? אפֿשר וועל איך פֿון צײַט צו צײַט „אַרײַנגנבֿענען‟ אַ מציאה אין אײַער זאַק.
איר ווייסט נישט ווי צוצוגרייטן אַ געוויסן סאָרט גרינס?
פֿרעגט בײַ מיר. איך וועל אײַך דערקלערן, ווי אַזוי איך קאָך עס בײַ מיר אין שטוב.
ס׳איז נישט קיין חידוש, וואָס אונדזערע פּראָדוקטן האָבן אַ בעסערן טעם ווי יענע אין שפּײַזקראָם
— מסתּמא, ווײַל איך האָב אָפּגעשניטן דאָס אויפּס אָדער גרינס ערשט נעכטן אָדער אַפֿילו הײַנט אין דער פֿרי.
האָסט געפֿונען אַ ווערעמל אין דער קוקורוזע? נישט געדאגהט…
דאָס איז אַ באַקאַנטע זאַך מיט יענער קוקורוזע, וואָס ווערט נישט באַשפּריצט מיט די פּעסטיצידן. ברעכט אָפּ דאָס שטיקל מיטן ווערעמל, און איר קענט רויִק עסן דאָס איבעריקע. איין זאַך איז זיכער: אַזאַ קוקורוזע וועט זײַן זיסער און געשמאַקער ווי די ווערעם־פֿרײַע קוקורוזע פֿונעם סופּערמאַרק.
ברענגט מיט די קינדער
זיי וועלן זײַן אַ סך מער גענייגט צו עסן גרינסן און פֿרוכטן, אויב זיי קלײַבן עס אַליין אויס אויפֿן מאַרק.
איין אופֿן צו קריגן אַ ביסל שפּײַז בחינם: העלפֿט צו מיט דער אַרבעט
אַ סך גרעסערע מערק נייטיקן זיך אין וואָלונטירן, וואָס העלפֿן זיי אויפֿשטעלן די קיאָסקן, אויסלייגן די סחורה, אויפֿראַמען און אַנדערע אויפֿגאַבעס — און באַדאַנקען זיי בײַם סוף־טאָג מיט אַ זאַק פּראָדוקטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.