No Place Like Home

באַנאַנע־אײַזקרעם

Banana Ice Cream

  • Print
  • Share Share

3 צײַטיקע באַנאַנעס
1/2 לעפֿל מילך, אויב נייטיק

שיילט אָפּ די באַנאַנעס, און צעשנײַדט זיי אויף גראָבע רעפֿטלעך.

לייגט די באַנאַנע־רעפֿטלעך אין אַ טעלער און שטעלט דעם טעלער אַרײַן אין פֿרירקע (freezer) ביז עס ווערט האַרט — בערך צוויי שעה.

לייגט די באַנאַנע־רעפֿטלעך אַרײַן אין אַ שפּײַזמאַשין און צעמאָלט זיי. לחתּחילה וועלן זיי זיך דרייען גאַנצערהייט, אָבער קוועטשט ווײַטער דאָס קנעפּל ביז עס הייבט אָן ווערן ווייך און קרעמיק, און זעט אויס אַזוי ווי ווייכער אײַזקרעם. אויב דאָס געשעט נישט, גיסט אַרײַן אַ ביסל מילעך, און צעמאָלט עס ווײַטער.

ווען דאָס באַנאַנע־געמיש ווערט גוט ווייך, גיסט עס אַרײַן אין באַזונדערע שיסעלעך און דערלאַנגט זיי גלײַך צום טיש, אָדער גיט עס אַרײַן אין אַ פֿלאַש, דעקט עס צו און שטעלט עס אַרײַן אין פֿרירקע. איר קענט אויך צוגעבן איינעם פֿון די ווײַטערדיקע באַשטאַנדטיילן, כּדי צו ענדערן אַ ביסל דעם טעם:

1 לעפֿל סטאַשקע־שמיר (peanut butter)
2 לעפֿל קאַקאַו־פּודער
1 לעפֿעלע וואַניל
1/2 לעפֿעלע צימערינג

(פֿונעם זשורנאַל ChopChop)