No Place Like Home

באַרש מיט לימענע- און מאַסלינע-סאָוס

Sea Bass With Lemon and Olive Sauce

  • Print
  • Share Share

8 פֿילעען באַרש (sea bass)
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 לעפֿעלע זאַלץ
1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
2 לימענעס, אָפּגעשיילט, אין דינע רעפֿטלעך
זאַפֿט פֿון 2 לימענעס
2 לעפֿל פֿרישער אָרעגאַן
2 לעפֿל קאַפּערן (capers), אָפּגעשווענקט
3/4 טעפּל שוואַרצע מאַסלינעס, צעהאַקט

הייצט אָן אַ בעקן אינעם בראָט־אויוון בערך 5 מינוט, אַזוי נאָענט צום פֿײַער ווי מעגלעך.

שמירט אָן ביידע זײַטן פֿון די באַרש־פֿילעען מיט 1 לעפֿל איילבערט־בוימל. נעמט אַרויס דעם בעקן פֿון בראָט־אויוון און לייגט אַרײַן די פֿילעען, מיטן הויט אַראָפּ. באַשיט זיי מיט 1/4 לעפֿעלע זאַלץ און 1/4 לעפֿעלע פֿעפֿער.

בראָט דעם פֿיש אונטערן פֿײַער אין בראָט־אויוון 6 מינוט לאַנג. אין אַ שיסל, מישט צונויף די לימענע־רעפֿטלעך, לימענע־זאַפֿט, אָרעגאַן, קאַפּערן, מאַסלינעס, דעם איבעריקן בוימל, 3/4 לעפֿעלע זאַלץ און 1/4 לעפֿעלע פֿעפֿער.

לייגט די פֿיש־פֿילעען אויס אין אַ טאַץ און באַגיסט זיי מיטן לימענע־מאַסלינע־סאָוס.