נאכן לייענען אײַער אַרטיקל וועגן „דײַעט קאָוק‟, קען מען מיינען, אַז די שאָדן פֿון „דײַעט קאָוק‟ איז עפּעס דאָס זעלביקע אָדער רעלאַטיוו דאָס זעלבע ווי עכטע „קאָוק‟. און דאָס איז אַן עוולה, ווײַל איר ווילט דאָך נישט טראָגן דאָס אַחריות פֿון מענטשן, וואָס גייען עס לייענען און צוריקפֿאַלן צו עכטע „קאָוק‟, און לײַדן אויף דיאַבעט (צוקער־קרענק).
„דײַעט קאוק‟ איז זיכער געזינטער, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז ס׳רובֿ מענטשן טרינקען דאָס, ליידער, צוליב איבערוואָגיקייט. דאָס איז דאָך אַ געזונטהייט־נײַעס, נישט סתּם עפּעס אַ לשון־הרע. שוין, זײַט געזונט, און אַ דאַנק פֿאַרן לאָזן מיך רעדן.
אַ לייענער פֿון ברוקלין
איר זענט גערעכט, אַז סאָדע מיט צוקער איז אַ סך ערגער ווי דיעטישע סאָדע. בײַ מענטשן וואָס טרינקען יעדן טאָג 1־2 פּושקעס סאָדע, שטײַגט ממשותדיק די ריזיקע פֿון צוקער־קרענק, האַרץ־פֿעלער, איבערוואָגיקייט און הויכן כאָלעסטעראָל. ס׳איז נישט קיין ספֿק, אַז אַרײַננעמען אַזוי פֿיל צוקער פֿאַרקירצט דאָס לעבן, און דערפֿאַר איז מער געוווּנטשן צו טרינקען דיעטישע סאָדע ווי די געוויינטלעכע סאָדע.
אָבער בלויז ווײַל דיעטישע סאָדע האָט נישט קיין קאַלאָריעס אָדער צוקער, מיינט נישט, אַז מע קען זיך לאָזן וווילגיין און טרינקען וויפֿל מע וויל, ווײַל די קינסטלעכע צוקערס האָבן זייער אייגענע ריזיקע, בפֿרט אין די נירן. דאָס איז נישט בלויז אַ פּראָבלעם פֿאַר די טרינקער פֿון דיעטישער סאָדע, אָבער אויך פֿאַר די מענטשן, וואָס טרינקען קאַווע אָדער טיי פֿיר מאָל אַ טאָג, און יעדעס מאָל — „באַצוקערט‟ מיט 3־4 פּעקלעך קינסטלעכע זיסמיטלען, ווי Equal, Sweet & Low און אַנדערע.
דאָס בעסטע פֿון אַלץ איז בכלל זיך אָפּגעוויינען פֿון סאָדע, און טרינקען געזינטערע, מער נאַטירלעכע געטראַנקען ווי וואַסער, מילך און פֿרוכטזאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.